קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!

שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #632

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:37 pm

· #8893
שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און ארויסגעבער פון היימישע אויסגאבעס

ארום 35 גרעסעריס אין בארא פאק האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע סטעיטמענט אז זיי וועלן אויפהערן פארקויפן היימישע צייטונגען און מאגאזינען, וויבאלד זיי פארדינען צו ווייניג אויף דעם, און עס פאדערט אסאך פלאץ און ארבעט צו אנהאלטן דעם סערוויס פאר די איינקויפער. די גראסערי אייגענומער זאגן אז פארקויפן צייטונגען איז א סערוויס וואס זיי זוכן צו געבן פאר די קליענטן, אבער וויבאלד די ארויסגעבער זוכן צו האלטן די פרייזן נידריגער ברענגט דאס דערצו אז די געשעפטן מוזן אויסגעבן געלט צו אנהאלטן די סערוויס.

אין די בריוו שרייבן די גראסעריס אז טראץ וואס אלע פרייזן זענען ארויף, צוליב א העכערונג אין רענט, און אין די מינימום געהאלט, איז אבער די פרייזן פון די צייטונגען געבליבן נידריג, און דאס מאכט זיי שאדן. אבער די צייטונגען, וועלכע פלאגן זיך צו פארקויפן גענוג קאפיס צו קענען אנגיין האבן זיך אנטזאגט צו העכערן די פרייזן.

דערווייל האבן אלע אויסגאבעס זיך פאראייניגט, און וועלן פארקויפן זייערע אויסגאבעס אין אלטערנאטיווע לאקאלן, אריינגערעכנט עטליכע גרעסעריס, ביז זיי וועלן אויסארבעטן א אפמאך מיט די גראסערי אייגענטומערס, אזוי אויך האבן די צייטונגען צוגעשטעלט 8 טראקס אין פארשידענע געגענטער אין בארא פארק, וועלכע דינען ווי צייטונג קיאסקן ביז די פראבלעם ווערט געלעזט.

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:39 pm

· #8894
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
בילד
בילד
בילד

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:40 pm

· #8895
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
בילד
בילד

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:41 pm

· #8896
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
בילד

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:41 pm

· #8897
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
Partial list of the BP stores that will continue to sell magazines and newspapers like till now even though there is a self-proclaimed boycott:
12 Ave Mini Super Market 4322 12th Ave.
18th Ave Pharmacy 5411 18th Ave.
Appetizing Plus 1801 48th St.
Bingo 1245 61st St.
Bochner's 5001 16th Ave.
Boro Park Supermarket 1893 50th St..
Breadberry 1689 60th St.
Canteen 13 3808 13th Ave.
Eagle Bakery 3801 13th Ave.
Eichler's 5004 13th Ave.
Fine Care 4723 13th Ave.
Fort Hamilton Market 5110 Ft. Hamilton pkwy.
Goldberg's Grocery 5025 18th Ave.
Grocery Food 5418 New Utrecht Ave.
Haddar Geulah 5914 18th Ave.
International News 954 McDonald.
Judaica Corner 4301 13th Ave.
Kosher Corner 5824 13th Ave.
Lane's Drug 4623 13th Ave.
Moishe's Grocery 4311 10th Ave.
Motties Pizza 5007 16th Ave.
New Utrecht Pharmacy 4624 New Utrecht Ave.
Newsstand - 48 st 4724 13th Ave.
Newsstand - 49 st 4823 13th Ave.
Newstand 18th Ave. 4404 18th Ave.
Nosh A Bagel 5721 16th Ave.
Paperific 1465 38th St.
Pearl 1220 45th Street.
Rio Gas Station 3715 14 Ave.
Toys-N-Things 16 cor 56.
Veggies (Blueberries) 5301 18th Ave.
Vus is Niyes 5514 13th ave.
Yossi's Bakery - 18th Ave. 5717 18th Ave.
Yossi's Bakery 14 Ave. 4406 14th Ave.
Yossis New Utrecht 5312 New Utrecht Ave.
Zion 3806 13th Ave.
Zoom (Exxon) 4302 Ft Hamilton.

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:51 pm

· #8898
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
בילד
בילד
בילד

שעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:05 pm

· #8908
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
לאמיר דיר פרעגן די האסט א אנהונג וויפיל די טראקס קאסט אפ
אלעס פאר אביסל נקמה, ווער סגייט געווינען
crazy is not the word

יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:44 pm

· #8911
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
נישט ריכטיג, אז מ'פארקויפט מיט א טראק דארף מען נישט באצאלן די פראצענט וואס די געשעפטן בעטן (35%) וואס איז טייערער ווי א טראק מיט א בחורל צו שטיין דארט.

שעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:03 pm

· #8920
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
im not so sure
דעלמאלט'ס פארוואס ווילן זיך רוב צייטונגן צושטעלן צי די גראסעריס ?
ווען נישט די איינער וואס דרייעט איבער וואלט דאס קיינמאל נישט געשעהן

יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:07 pm

· #8922
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
אפגעזעהן די פרייז וויל א צייטונג ווערן פארקויפט נארמאל אין א געשעפט נישט ווי האט-דאגס אויפן גאס...

שעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:09 pm

· #8923
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
יאהאן גלייב אויפן ווארט אז איינער האט דערלייגט דא א שיינע פאר אלפים !

יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:13 pm

· #8926
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
מאי קאמר מר?
זיכער דערלייגט מען געלט, וואס מיינסטו צו זאגן?

יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:15 pm

· #8938
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
בילד

שעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:43 pm

· #8941
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
סגייט נאך אלס אן נאכנישט שלום געמאכט ?

הייליגע רויעך » דינסטאג מאי 16, 2017 3:15 pm

· #9372
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
בארא פארקער גראסעריס פארקויפן נישט די טריביון די וואך נאכן באשרייבן "בינגא". כ'ווייס נישט וועם זיי טוען אפ, ס'דאך ניטאמאל ווערד אריין צו נעמען אין די הענט, ווער רעדט נאך פון ליינען די אינהאלט...

שעפעלע » דינסטאג מאי 16, 2017 8:17 pm

· #9375
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
יא, דאס איז גאנצע עקסטערע נושא פאר זיך, אז סאיז כמעט נישטא קיין נארמאלע תוכן'דיגע ליין מאטריאל אין אידיש

הייליגע רויעך » מיטוואך מאי 17, 2017 12:52 am

· #9380
Re: שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
ס'גארנישט דא צו ליינען, נישט כמעט גארנישט. הערסט? גארנישט! זילטש! א שטערן איינמאל א חודש הייסט נישט האבן געליינט ווען איך ליין יעדן טאג אזויפיל ליין מאטריאל ווי פינף שטערנס צוזאמען.