קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע

מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #650

הייליגע רויעך » מיטוואך מאי 10, 2017 10:19 pm

· #9301
מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
די פנים איז פאררויטעלט פון בושה, די טראציגע אויסגאבע וואס איז אויף אן אקטיווע דייעט און ווערט דינער אויף א וועכעליכער גאלאפ, האט דעם וואך ארויסגעלייגט די באזוך ביים גלח אלס הויפט ארטיקל אויפן קאווער. אנשטאט אפצושטעלן דעם ריזיגען חילול השם וואס זיי האבן אנגעמאכט טוען עס נאך סאטמערע אינגעלייט מפרסם זיין אין אלע גאסן, דאס איז א דירעקטע תוצאה פון אביוזען די וווארט "חילול השם" וואס מ'ניצט יעדע שני וחמישי שלישי ורביעי אויף נארישע און אומזיסטע צוועקן ווי למשל ציונית, גיוס, עסן געשעפטן, סעלפאון געשעפטן און אזוי ווייטער, מ'איז שוין צוגעוואונט צו דער פאקט אז חילול השם איז א זאך וואס געשעהט יעדע מינוט אזוי ווי לשון הרע א.ד.ג. און מ'ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין ווען אן עכטע חילול השם קומט אפיר אזוי ווי די מעשה מיט וואלף...

נייעס » מיטוואך מאי 10, 2017 11:27 pm

· #9302
Re: מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
חילול השם ?
?
?

שעפעלע » דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:00 am

· #9303
Re: מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
זיי מסביר וואספארא חילול השם איז געווען דא ?

ידען נפלא » זונטאג יולי 30, 2017 7:28 pm

· #9816
Re: מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
די מאמענט די וואך איז געווען היבש שענער ווי ביז איצט. געווען מער וואס צו ליינען. כ'האף ס'וועט אנהאלטן הגם זיי האבן נאך א ווייטע וועג צו גיין ביז שלימות.

האסטו געהערט אזאנס? » מאנטאג יולי 31, 2017 7:04 am

· #9836
Re: מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
גראדע האב איך עס געקויפט די וואך. עס פארקויפט זילטש.

נייעס » מאנטאג יולי 31, 2017 8:39 am

· #9837
Re: מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
סתם יענעם אראפקלאפן? פארוואס זאגסטו אז ס'האט גארנישט

מיין מיינונג » מאנטאג יולי 31, 2017 10:20 am

· #9842
Re: מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
מסתמא ווייל ער האט גארנישט געטראפן אין עס, נישט אזוי איז משמע פון זיינע ווערטער?