קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » פאליטישע נייעס

פאליטישע נייעס

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #654

שעפעלע » מיטוואך מאי 17, 2017 2:07 pm

· #9394
פאליטישע נייעס
א פריוואטער אויספארשער זאגט אז ער האט געטראפן באווייזן אז דער געוועזענער דעמאקראטישער פארטיי איינגעשטעלטער, סעט ריטש, איז געווען דער וואס האט ארויסגעליעקט צענדליגער טויזנטער אימעילס פון די פארטיי הויפטקווארטירן צו וויקיליעקס.
ריטש איז געפונען געווארן מיסטעריעז דערמארדעט פאריגן יולי, וואס פילע האבן גלייך אנגעלייגט די שולד אז מעגליך האט די דעמאקראטישע פארטיי געשיקט שלוחים אומצוברענגען ריטש, וויבאלד ער האט ארויסגעגעבן די טויזנטער אימעילס.
יעצט זאגט א פריוואטער אויספארשער אז ער האט געטראפן געוויסע אימעיל באווייזן אז ריטש איז געווען אין פארבינדונג מיט וויקיליעקס איינגעשטעלטע, און מעגליך אז וועגן דעם האט ער באצאלט מיט זיין לעבן.
דעמאקראטן האבן אפיציעל נישט רעאגירט צו די נייעס, אבער געוויסע האבן שפעקולירט אז ס'איז מעגליך אז ריטש האט געוואלט אפשטעלן זיין קאאפעראציע מיט וויקיליעקס און ארויסקומען דערציילן אז רוסלאנד פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן, וואס דעריבער האט די רוסישע רעגירונג פארארדענט אז ער זאל אומגעברענגט ווערן.
ד'א

שעפעלע » דינסטאג מאי 23, 2017 1:58 pm

· #9437
Re: פאליטישע נייעס
דער פרעזידענט פון בראזיל, מישאל טעמער, האט נעכטן דערקלערט אז ער וועט נישט רעזיגנירן פון אמט, אפילו אויב די געריכטן וועלן אים דערקלערן שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים.
טעמער שטייט אויס שווערע קארופציע קלאגעס אינעם ארטיגן סופרים קאורט, נאכדעם ווי ס'איז אפירגעקומען א רעקארדירונג, וואו מ'הערט אים אויסדריקן צושטימונג צו דעם וואס די "דזשעי בי עס" פלייש פירמע האט באצאלט גרויסע געלטער פאר א בראזיליער פאליטישאן וועלכער איז געגאנגען זיצן אין טורמע פאר קארופציע, אין אויסטויש אז יענער זאל נישט דערציילן פאר די רעגירונג אויספארשער איבער אומלעגאלע האנדלונגען פון "דזשעי בי עס".
טעמער זאגט אז די רעקארדירונג איז פאלש, און דעריבער וועט ער נישט רעזיגנירן, און אויב וויל מען אים ארויסזען, זאל מען אים מיט געוואלד ארויסווארפן.
בראזיל ווערט געפלאגט פון נאכאנאנדע פאליטישע קארופציע, און טעמער אליינס איז אריינגעקומען אין אמט ערשט פאראיאר סעפטעמבער, נאכדעם וואס די דעמאלטדיגע פרעזידענטין דילמא רוסעף איז געווען געצווינגען אפצוטרעטן צוליב איר אייגענע קארופציע סקאנדאל.
ד'א

יהודי » פרייטאג מאי 26, 2017 12:28 am

· #9452
Re: פאליטישע נייעס
טענקס שעפעלע פאר די נייעס

שעפעלע » זונטאג מאי 28, 2017 12:56 pm

· #9459
Re: פאליטישע נייעס
– דער רעפובליקאנער גרעג זשיאנפארטעי האט אפיציעל געוואונען דעם ליידיגן קאנגרעס זיץ אין מאנטענא און וועט אין די קומענדיגע טעג איינגעשוואוירן ווערן אין קעפיטאל היל.
זשיאנפארטעי איז געווען דערווארט גרינג צו געווינען דעם פארמעסט, אבער די דעמאקראטן האבן געהאט א לעצט-מינוטיגע האפענונג פאריגע וואך, ווען מיטוואך פארנאכטס, געציילטע שטונדן בעפאר׳ן וואל טאג, האט זשיאנפארטעי זיך געשלאגן מיט א רעפארטער און יענעם אראפגעשליידערט אויף דער ערד - וואס האט געשאפן א נאציאנאלע סענזאציע און געברענגט מאנטענא׳ס גרעסטע צייטונגען צוריקצוציען פון זייערע אינדארסמענטס.
למעשה איז דער סקאנדאל שוין אנגעקומען צו שפעט, און א גרויסער פראצענט וויילער האט שוין געהאט געשטימט בעפאר׳ן וואל טאג, און זשיאנפארטעי האט גרינג געוואונען.
אצינד בלייבט איבער צו זען וויאזוי זיינע רעפובליקאנער קאלעגעס וועלן זיך באגיין מיט אים, ווייל ער קומט אריין אין קאנגרעס אלס אן אנגעקלאגטער מיט איבערפאל קלאגעס.
ד'א

שעפעלע » דינסטאג מאי 30, 2017 10:05 am

· #9477
Re: פאליטישע נייעס
דער אמעריקאנער רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין האט נעכטן "געמאכט די העדליינס", ווען ער האט געזאגט אין אן אינטערוויו מיט אן אויסטראליער צייטונג, אז ער האלט אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין איז דער ערגסטער געפאר פאר אמעריקע און פאר דער מערב וועלט, נאך פיל ערגער ווי די אייסיס טעראר גרופע.

מעקעין'ס ווערטער איז געקומען בשעת אן אפשטעל אין אויסטראליע, זייענדיג אויפ'ן וועג צו א מיליטערישן קאנפערענץ אין סינגאפור.
מעקעין זאגט אז דער פאקט אז פוטין און רוסלאנד האבן פרובירט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, און די פרעזידענט וואלן אין פראנקרייך און אין אנדערע לענדער, שטעלט א פונדאמענטאלער געפאר צו דער פרייהייט פון דער מערב וועלט.

מעקעין האט געזאגט אז ער האפט אז ווי נאר דער סענאט וועט זיך צוריקקערן פונעם יעצטיגן חאגע אורלויב, וועט מען זיך גלייך נעמען צו דער טעמע פון רוסלאנד און באשטעטיגן פרישע שווערע סאנקציעס קאלעקטיוו אויף דער רוסישער רעגירונג, און ספעציפיש קעגן וולאדימיר פוטין, וואס דאס וועט זיין אויסער די עקזיסטירנדע סאנקציעס אויף רוסלאנד איבער זייער אינוואדירן און אנעקסירן דעם קרים האלב-אינזל.
ד'א

שעפעלע » דינסטאג מאי 30, 2017 10:11 am

· #9479
Re: פאליטישע נייעס
א פרישער "ניו יארק טיימס" באריכט נעכטן נאכט דעקט אויף נייע דעטאלן ארום די זיצונגען וואס דזשעראד קושנער, טראמפ'ס איידעם און ראטגעבער, האט אפגעהאלטן מיט רוסישע פיגורן.
מען האט שוין געוואוסט פון בערך א וואך צוריק אז קושנער האט זיך געטראפן מיט'ן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק אין דעצעמבער און עטליכע טעג דערויף זיך געטראפן מיט'ן רוסישן באנקיר סערגעי גארקאוו, אבער מען האט נישט געוואוסט צי די זיצונג מיט גארקאוו האט געהאט עפעס א שייכות מיט קושנער'ס זיצונג מיט קיזליאק.
יעצט דעקט דער ניו יארק טיימס אויף אז קושנער איז געזעסן מיט קיזליאק, וועלנדיג שאפן א דירעקטע קאמיוניקאציע ליניע צווישן זיך און פוטין, און די זיצונג מיט גארקאוו איז געווען מיט דער האפענונג אז גארקאוו וועט קענען העלפן קושנער צו שאפן די דירעקטע קאמיוניקאציע.
באזונדער באריכטעט דער טיימס, אז טראמפ האט אין ערשטן וואך אין ווייסן הויז באטראכט די מעגליכקייט אונטערצושרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער וועלכע וואלט עלימינירט אלע סאנקציעס קעגן רוסלאנד.
ד'א

שעפעלע » דינסטאג מאי 30, 2017 10:13 am

· #9480
Re: פאליטישע נייעס
אין דער צייט וואס טראמפ'ס איידעם דזשעראד קושנער ווערט געפלאגט איבער זיינע קאמיוניקאציעס מיט די רוסן, האט מען נעכטן געהערט פון אן איינפלוסרייכן רעפובליקאנער סענאטאר, טשאק גרעסלי, וועלכער זאגט אז ער וויל אויך אויספארשן דאס וואס קושנער'ס ריעל עסטעיט ביזנעסער האבן געזוכט צו קריגן פרישע אינוועסטמענטס פון כינעזער ביליאנערן.
גרעסלי, וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם סענאט יורידישע קאמיטע, באציט זיך איבער דעם וואס מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז די קושנער פאמיליע האט גענוצט דזשעראד'ס נאמען און פאזיציע אין ווייסן הויז, אויף אויפצוטרייבן געלטער ביי אינוועסטירער אין כינע, פארשפרעכנדיג פאר די אינוועסטירער צו קענען גרינג און שנעל באקומען די ספעציעלע "אי-בי-5" וויזעס, וואס מען באקומט אויב מען אינוועסטירט אין אמעריקע א האלבן מיליאן דאלער.
גרעסלי וויל זען פונקטליך וואספארא פארשפרעכונגען די קושנער פארשטייער האבן געמאכט פאר די כינעזער ביזנעסלייט, און צי עס איז געווען סיי וועלכע אומלעגאלע פארשפרעכונג אדער האנדלערייען אונטער'ן טיש.
ד'א

שעפעלע » מאנטאג יוני 05, 2017 12:17 pm

· #9503
Re: פאליטישע נייעס
אין פרישע פארעפנטליכטע קאמענטארן פונעם אינטערוויו וואס דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט געגעבן פאר דער אמעריקאנער "ען-בי-סי ניוז" סטאנציע, זאגט ער אז ער האט קיינמאל בכלל נישט גערעדט דירעקט צו מייקל פלין – טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, וועלכער האט פארלוירן די פאזיציע צוליב אויפדעקונגען אז ער האט קאמיוניקירט מיט די רוסן און ליגנט געזאגט דערוועגן.
פוטין און פלין זענען פאטאגראפירט געווארן זיצנדיג איינער נעבן דעם צווייטן ביי איין טיש ביי א פארזאמלונג אין דעצעמבער יאר 15' פאר די רוסישע פראפעגאנדע נייעס אגענטור "אר-טי".
פוטין זאגט אז ער האט סתם געשמועסט מיט יעדן ביים טיש, און ניטאמאל געוואוסט ווער פלין איז, און ערשט נאך דער פארזאמלונג האבן אים זיינע געהילפן געזאגט, אז יענער וואס איז געזעסן נעבן אים איז א הויכראנגיקער אמעריקאנער מיליטערישער פיגור.
ד'א