קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » סיקריקין

סיקריקין

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #668

האסטו געהערט אזאנס? » מיטוואך יולי 26, 2017 9:01 am

· #9626
סיקריקין
די סיקריקין, באקאנט אין דער תלמוד אלץ "בריונים", ווערן אנגעוויזן דורך היסטאריקער אלץ איינע פון די פריעסטע ביישפילן פון טעראריסטן. ווי יוסיפון געבט אן אין זיינע ביכער פון דעם תקופה, זענען די סיקריקין געווען פאנאטישע רעליגיעזע אידן וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן אין מארק מיט באהאלטענע מעסערס (סיקַר) אויף זייער קערפער אויף צו טעראריזירן די נישט-גלויביגע און די וואס האבן געשטיצט די רוימישע געצנדינערישע הערשער.

אויך האבן זיי גע'הרג'עט יונתן כהן גדול (ווארשיינליך פון די צדוקים), וועמען זיי האבן באשולדיגט אין האבן נאנטע באציאונגען מיט די רומיים, און אויך אונטירגעצינדען די מאגאזינען פון שפייז בכדי צו ווארפן א שרעק און צווינגען דעם המון עם צו קעמפפן אנטקעגן די רומיים.

ווי די הייליגע גמרא דערציילט, האט אפילו דער תנא ר' יוחנן בן זכאי זיך פון זיי געשראקן, און האט זיך געדארפט מאכן ווי א טויטער בכדי זיך ארויס צו שמוגלען צו רעדן מיט די רומיים.

קנאי » מיטוואך יולי 26, 2017 11:09 am

· #9629
Re: סיקריקין
קום צו צי די נקודה

האסטו געהערט אזאנס? » מיטוואך יולי 26, 2017 11:43 am

· #9634
Re: סיקריקין
נקודה?

א שטיקל היסטאריע אין ליכט פון די ניין טעג!

קנאי » דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:14 pm

· #9711
Re: סיקריקין
למעשה פון ווי האט די גאס לעצטענס גענומען די ווארט סיקריקין איך גלייב אז זיי האבען עס נישט גענומען פון ש"ס

נייעס » דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:13 pm

· #9714
Re: סיקריקין
פון צייטונג שרייבער

קנאי » פרייטאג יולי 28, 2017 3:30 am

· #9729
Re: סיקריקין
פון ווי קומט אן צייטונג שרייבער צו רבנים אז מען זאל איבער נעמען די שפרעך ווארט

נייעס » פרייטאג יולי 28, 2017 9:18 am

· #9743
Re: סיקריקין
רבנים האבן מענטשן ארום זיך
אויב זיי רעדן די שפראך
איז עס קעטשי, עס גייט אריבער צום רב זעלבסט.