קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים

סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #695

יאהאן » זונטאג יוני 10, 2018 7:58 pm

· #10076
סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים
ס'איז דא א וויזניצער יונגערמאן, פארקאש, וואס איז א ריעל עסטעיט אגענט און פארקויפט הייזער אין די מייל. איז סקווירא געגאנגען און אים טעראריזירט, ווי למשל, אריינגעלייגט אן עד אין די לאקאלע קומיוניטי קאננעקשנס אז מ'קען דינגען קליניג גויטעס פאר פינף דאללער א שעה, און געלייגט די נומער פון פארקאש... די יומען ריסורסעס פון ראקלענד האט אנגערופן פארקאש און געפרעגט מה זה ועל מה זה, האט ער געזאגט אז נישט ער האט אריינגעלייגט די עד, ס'איז געקומען פון סקווירא.
האבן זיי נאכגעפארשט די זאך און געזעהן אז די עד איז געווארן באצאלט מיט א פריפעיד גיפט קארטל און איז אריינגערופן געווארן פון א נומער וואס איז גאר שווער צו טרעקן.

איז סקווירא געגאנגען ווייטער און טעראריזירט, אבער פארקאש האט זיך נישט געלאזט נאר איז געגאנגען צו די פאליציי מיט א טייל פון די רעקארדירונגען פון די טעלעפאן געשפרעכן וואו מ'הערט ווי סקווירא פרובירט צו ווארפן טעראר.

די פאליציי איז געווען גרייט צו פרעסן טשארדזשעס, אבער פארקאש האט געזאגט פאר די פאליציי אז ער איז נישט אינטערעסירט, נאר ער וויל אז די פאליציי זאל אראפגיין צו פלוני אין שיכון סקווירא און זאגן אז זיי האבן גענוג באווייזן אים איינצוזען פאר אפאר יאר, און אויב האלט עס זיך נישט אין די ראמען און וועט ווייטער טעראריזירן פארקאש וועט מען אים מוזן שלעפן אין געריכט.

די דאזיגע טעראר האט זיך אויפגעהערט אויף פארקאש, נאר אנשטאט איז סקווירא געגאנגען צום רבין און געבעטן אז היות פארקאש איז א וויזניצע זאל ער אים הייסן אויפהערן פארקויפן הייזער. אבער די רבי וויל נישט זיין סקווירא פאליס האט ער נישט געזאגט. ער וויל נישט אוועקנעמען א יודס פרנסה צוליב סקווירא משוגעתן.

עניוועי, די רבי איז געגאנגען קלאפן א מזוזה פאר א וויזניצער יונגערמאן וואס האט געקויפט א הויז אין די מייל, און זייענדיג אין געגנט איז ער אריין צו באזוכן קאסאן הילקרעסט. דא איז די בלוט פון סקווירא ארויפגעקומען אויף גאר הויכע שטאפלען, אמער, נישט גענוג וואס דו ברענגסט נישט אונטער מיינע שונאים, פארקאש, נאר דו גייסט זיי שטיצן אויך!


אונז קענען מיר שוין די אלטע כלל, אז איינמאל דו האסט פיינט איינעם וועסטו עא זעהן זיינע חסרונות, וכך הוה... סקווירא איז אינגאנצן אויפגערעגט און שפילן ברוגז. סיי ווי אזוי איז די מעשה סאך סאך טיפער פון וואס איך האב דיר דא געשריבן

בולעטין » זונטאג יוני 17, 2018 1:11 pm

· #10079
סקווירא צודק
מען קען נישט אנהאלטן די מהלך החיים אויב וועלן זיך אינטער די נאז דרייען אלע מיני סארט מענטשן, באסעס וכו'

יאהאן » זונטאג יוני 17, 2018 8:27 pm

· #10080
Re: סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים
"מהלך החיים" פון זיין א צפון קאריע על אדמת אמעריקא???

בולעטין » מאנטאג יוני 18, 2018 9:08 am

· #10082
Re: סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים
סניש צפון קוריע
מענשן האבן דארט פרנסה
מען מיז ניש דארט וואוינען

יאהאן » מאנטאג יוני 18, 2018 9:24 pm

· #10084
Re: סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים
פיין נישט צפון קאריע אבער א דיקטאטאריש שטעטל מיט אלע פיטשיפקעס און הלכות
טעראריזירן די מענטשהייט אויב זיי גייען נישט 101% אין שפאן איז דיקטאטארשאפט, פינטל

בולעטין » מאנטאג יוני 18, 2018 9:37 pm

· #10087
Re: סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים
מענטשן לעבן דארט פרייליך
טרייבסט איבער

יאהאן » מאנטאג יוני 18, 2018 9:38 pm

· #10089
Re: סקווירא מלחמה קעגן ארומיגע תושבים
אין צפון קאריע לעבט מען אויך פרייליך ווייל מ'ווייסט נישט פון עפעס בעסער... א רחמנות..