קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » אינטערעסאנטע פאקטן

אינטערעסאנטע פאקטן

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #71

מאשקע » מאנטאג יולי 07, 2014 6:57 pm

· #492
אינטערעסאנטע פאקטן
איך עפען דא א אשכול פאר אינטערעסאנטע פאקטן יעדער איז וועלקאם צו שרייבן אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס ער ווייסט!

און מיט דעם וועל איך אן הייבן..
עס איז דא א פילם וואס שפילט אפ די גאנצע מעשה פון די טיטאניק. צו מאכן די פילם האט אפגעקאסט מער ווי די גאנצע טיטאניק אליין!

אין אמעריקע עסט מען מער באנענאס ווי עני אנדערע פרוכט, מען עסט א טאטאל פון 11 ביליאן א יאר!

עס דא א פייגעל וואס הייסט lawn flamingos (א באקאנטע פייגעל מיט די לאנגע פיס און א לאנגע נאז) עס איז דא מער פלעסטיק פון די פייגעלעך ווי עכטע! 

אויב דו גייסט אויף וויקעישן פאר 11 טעג גייסטו האבן ווייניגער פון מיליאן סעקענטס עס צו ענדשויען...

מאשקע » דינסטאג יולי 08, 2014 2:37 am

· #501
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
א הארטע אייער קען מען "ספינען" אבער א לויזע נישט

נישט עכט אויף אונז געזאגט.. עווריטש מענטשן פון די USA קוקן אויף טעלעווישן 293 מינוטן א טאג!

די סטריט'ס אין יאפאן האבן נישט קיין נעמען!

א אמעריקאנע ענימאל האספיטל זאגט אז 33% מענטשן רעדן צו זייער דאגי'ס ווען זיי זענען נישט אינדערהיים, אויפן פאון אדער דורך די ענסערינג מאשין... גיי פארשטיי א גוי..

מאשקע » דינסטאג יולי 08, 2014 11:20 am

· #510
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
1) דו קענסט נישט לייגן זייף אין דיין אויגן

2) דו קענסט נישט ציילן דיין האר

3) דו קענסט נישט אטעמען מיט די נאז ווען דיין צינג איז אינדרויסן

4) דו האסט יעצט געטרייט נאמבער דריי..

5) ווען דו האסט עס געטרייט האסטו געזעהן אז מען קען יא! אבער פאקטיש ביסטו געווען ענדליך צו א דאגי...

6) דו האסט א שמייכל אויף דיין פנים...

שלומיאל » דינסטאג יולי 08, 2014 11:24 am

· #512
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
חחחח יו ביסטו גוט!

ראש הקהל » דינסטאג יולי 08, 2014 11:31 am

· #517
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
שלומיאל האט געשריבן: יו ביסטו גוט!

:D

ראש הקהל » דינסטאג יולי 08, 2014 11:32 am

· #519
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
מאשקע האט געשריבן:1) דו קענסט נישט לייגן זייף אין דיין אויגן

2) דו קענסט נישט ציילן דיין האר

3) דו קענסט נישט אטעמען מיט די נאז ווען דיין צינג איז אינדרויסן

4) דו האסט יעצט געטרייט נאמבער דריי..

5) ווען דו האסט עס געטרייט האסטו געזעהן אז מען קען יא! אבער פאקטיש ביסטו געווען ענדליך צו א דאגי...

6) דו האסט א שמייכל אויף דיין פנים...

די לעצטע דריי קען איך באשטעטיגען אז ס'איז א פאקט.

עסקן » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:27 pm

· #1496
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
מאשקע האסט נישט מער אינטערסאנטע פאקטן?

זייגער » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:41 pm

· #1508
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
די 'קרעטשמע' באקומט די נייעס אין א דורכשניט פון פיר טעג שפעט.

שענקער » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:55 pm

· #1509
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
וואס מאכסטו זייגער?

עסקן » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:37 pm

· #1512
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
זייגער האט געשריבן:די 'קרעטשמע' באקומט די נייעס אין א דורכשניט פון פיר טעג שפעט.

טאקע א אינטערסאנטער פאקט, ווי זעהסטע עס?

לטובה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:15 pm

· #1526
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
מאשקע האט געשריבן:1) דו קענסט נישט לייגן זייף אין דיין אויגן

2) דו קענסט נישט ציילן דיין האר

3) דו קענסט נישט אטעמען מיט די נאז ווען דיין צינג איז אינדרויסן

4) דו האסט יעצט געטרייט נאמבער דריי..

5) ווען דו האסט עס געטרייט האסטו געזעהן אז מען קען יא! אבער פאקטיש ביסטו געווען ענדליך צו א דאגי...

6) דו האסט א שמייכל אויף דיין פנים...



ביז זעקס איז אמת געווען, כהאב אבער בכלל נישט געהאט א שמייכל.

השר מקוצי » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:22 pm

· #1527
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
אינטערסאנטע פאקט דאס אז די האסט נישט געשמייכעלט

זייגער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:44 pm

· #1529
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
עסקן האט געשריבן:
זייגער האט געשריבן:די 'קרעטשמע' באקומט די נייעס אין א דורכשניט פון פיר טעג שפעט.

טאקע א אינטערסאנטער פאקט, ווי זעהסטע עס?


למשל אין עטליכע טעג וועט איינער שרייבן איבער די אייס באקעט.

ראש הקהל » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:49 pm

· #1530
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
זייגער די שרייבסט אויף דיין נבואה אין עתידות?
ווי איז בעבר געווען דא נייעס וואס איז שוין געלעגן צווישען די פארשימעלטע פרוכט אין מיסט קאסטן? עס קוקט אויס ווי אן עלילת שוא

יאהאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:51 pm

· #6903
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
אין די אינטערנעט וועלט איז דא א טורם 'עראר404' וואס באדייט אז די 'סערווער' קען נישט נאכקומען די 'ריקוועסט' וואס די בראוזער האט געשיקט, געווענדליך געשעהט דאס ווען די לינק איז פעלערהאפטיג.
די ניק 'זייגער' איז געגאנגען מיט 404 תגובות...

[וואס מיינסטו צו זאגן?] איך ווייס נישט...

מיין מיינונג » זונטאג יולי 17, 2016 1:02 pm

· #7169
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
פאקט: יאהאן ווייסט נישט וואס ער וויל זאגן

יאהאן » זונטאג יולי 17, 2016 1:05 pm

· #7171
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
פאקט: מיין מיינונג, האט געזיכט וואו צו שליידערן א תגובה, עס איז געווען עטוואס סוקסעספול...

מיין מיינונג » זונטאג יולי 17, 2016 1:13 pm

· #7176
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
פאקט: צום ערשטן מאל זינט יאהאן שרייבט תגובות אין קרעטשמע האט ער זיך באצויגן צו מיר מיט מיין פולע נאמען

יאהאן » זונטאג יולי 17, 2016 1:17 pm

· #7177
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
פאקט: מיינונג, כ'מיין... מיין מיין מיינונג, האט נארוואס געשריבן א תגובה וואס איז נישט אקוראט... (1)

(2)

(3)

(4)

יאהאן » זונטאג יולי 17, 2016 1:38 pm

· #7187
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
פאקט: עס איז א נחת צו פארברענגען מיטן ניק 'מיין מיינונג', א געשמאקער ניק!

מיין מיינונג » זונטאג יולי 17, 2016 1:47 pm

· #7189
Re: אינטערעסאנטע פאקטן
איך בלאש! (chablis)