געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #72
געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
ווי אין בארא פארק איז דא א געשמאקע שיעור, עין יעקב, נך וכדו' נישט פאר אלטע מענטשען ווי מען קען זיצין אן היט אין רעקיל נאכט צייט ישר כח
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
א שיינע זאך אזא חשובער בחור ווי אנפין נהירין זיכט ביינאכט זיך צו קובע זיין עתים לתורה, איך מיין אז אין ביהמ''ד 53 איז דא ביינאכט געשמאקע שיעורים.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
השר מקוצי האט געשריבן:א שיינע זאך אזא
חשובער בחור ווי אנפין נהירין זיכט ביינאכט זיך צו קובע זיין עתים לתורה, איך מיין אז אין ביהמ''ד 53 איז דא ביינאכט געשמאקע שיעורים.
סתם פאר אינטערסאנטקייט, פון וואנעט ווייסט איר אז ער איז א בחור?
ער האט טאקע געשריבן אז ער זוכט א שיעור "נישט פאר אלטע מענטשן", אבער מיינט דאס דען אז ער איז א בחור?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
אנפין נהירין האט שוין באלאכטען זיין פנים אויף אנדערע מקומות ווער ער איז, מעגליך ער האט א גע'גנב'טע נאמען
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
אהא, פארשטיי איך.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
ראש הקהל האט געשריבן:אנפין נהירין האט שוין באלאכטען זיין פנים אויף אנדערע מקומות ווער ער איז, מעגליך ער האט א גע'גנב'טע נאמען
גערעכט, ס'איז טאקע דער זעלבער.
m
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 76#p893176 m
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
?? סא איינער ווייסט
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
וואס איז שלעכט מיט ביהמ"ד סאטמאר 53 ווי השר מקוצי האט שוין געשריבן?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
אדער א ליסט פין אלע שיעורים אין בארא פארק פליס
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
נו וואס איז געווארן אנפין טייערער? האסט געפינען א פאסיגע שיעור?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
נאך נישט
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
יעצט זומער גלייב איך איז שווערער צו טרעפן, היות רוב עולם איז אין די קאנטרי.
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
אקעי אויב איינער ווייסט זאל זיך אנריפען אדער שרייבען אויף אנדערע פלעצער
ישר כח
אנפין
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
דער עיקר איז "נישט אויפגעבן"!
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
פרוביר ר' משה זויבערמאן אין שומר שבת יעדע נאכט, עפעס איינס אין דער וועלט.
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
גרויזאמער האט געשריבן:פרוביר ר' משה זויבערמאן אין שומר שבת יעדע נאכט, עפעס איינס אין דער וועלט.
ער זוכט ווי מען קען זיצן אן היט און רעקל, איך גלייב אז אין שומרי שבת ווי ס'דרייען זיך גאר אסאך היימישע מענטשן וועט 'אנפין' זיך שעמען צו זיצן דארט אן ס'היט און רעקל.
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
גראדע אין שומר שבת זענען היימישע און נישט היימישע צוגלייך, מען קען דארט אויסטון דעם היט רואיגערהייט.
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה!!!!
איך בין יעצט געווען דער ערשטער מאל ביי א שיעור, איך האב שוין מסתמא נישט געלערנט א לאנגע צייט געהעריג. און היינט ביינאכט בינעך געווען ביי א שיעור וואו מען האט פארגעלערנט מסילת ישרים, מיט משנה ברורה סוף הלכות לולב, און ער האט געזאגט אז מען גייט שוין באלד אנהויבן הלכות חנוכה. עס איז געווען זייער געשמאק און איך האב עס זייער ענדזשויט, לאמיר האפן אז איך גיי אנהאלטן די קביעות עיתים.
א גוטע נאכט יעדער.
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
אנפין ב''ה אז די האסט דערגרייכט דיין ווילען זע עס אנצוהאלטן
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
אנפין נהירין האט געשריבן:זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה!!!!
איך בין יעצט געווען דער ערשטער מאל ביי א שיעור, איך האב שוין מסתמא נישט געלערנט א לאנגע צייט געהעריג. און היינט ביינאכט בינעך געווען ביי א שיעור וואו מען האט פארגעלערנט מסילת ישרים, מיט משנה ברורה סוף הלכות לולב, און ער האט געזאגט אז מען גייט שוין באלד אנהויבן הלכות חנוכה. עס איז געווען זייער געשמאק און איך האב עס זייער ענדזשויט, לאמיר האפן אז איך גיי אנהאלטן די קביעות עיתים.
א גוטע נאכט יעדער.
וואו קומט פאר די שיעור?
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
עס איז אים נישט באקוועם די עולם זאל אים קומען באזיכען
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
אהא
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
מען קען קומען
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
נו וואו?
Re: געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
עני אפדעיטס?