קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם חסד יבנה » בקשו רחמים! רייסט איין

בקשו רחמים! רייסט איין

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #89
בלאט: 1 2

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג יולי 13, 2014 1:44 pm

· #664
בקשו רחמים! רייסט איין
הילד נתן בן שרה פון קווינס ברויך רחמי שמים מרובים נאכן אריינפאלען אין א סווימינג פול.

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג יולי 13, 2014 1:50 pm

· #666
Re: בקשו רחמים ! רייסט איין.
א איד רבי מרדכי ווייס ע''ה פון ארץ ישראל וואס איז אוועק פלוצלינג אין לאנדאן פאריגע וואך דארף רחמי שמים אז מען זאל באפרייען זיין גוף אהן פאלמעסינג

השר מקוצי » זונטאג יולי 13, 2014 3:27 pm

· #679
Re: בקשו רחמים ! רייסט איין.
אין לאנדאן ווערט ארומגעזיכט א פארלוירענער איד וואס פעלט שוין באלד צוויי טעג.

אין פאריז איז א בחור ל''ע געשעדיגט געווארען ביי אן אראבישער פראטעסט נעבן א אידישע שול צוליב די אנגייענדע שווערע מצב אין אר''י, הינדערט פופציג צולאזענע אראבער זענען גאר היציג און שעדיגען אלעס וואס שטייט זיי אין וועג.

א בילד
file-18.jpeg
file-18.jpeg (42.71 KiB) געזעהן געווארן 3305 מאל

שלומיאל » זונטאג יולי 13, 2014 3:28 pm

· #680
Re: בקשו רחמים ! רייסט איין.
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:א איד רבי מרדכי ווייס ע''ה פון ארץ ישראל וואס איז אוועק פלוצלינג אין לאנדאן פאריגע וואך דארף רחמי שמים אז מען זאל באפרייען זיין גוף אהן פאלמעסינג

די ערשטע מאל וואס איך זעה א בקשו רחמים צעטיל פאר א נפטר.

ליידער ליידער בעוונותינו הרבים.

בארדיטשעווער בדחן » מאנטאג יולי 14, 2014 2:23 pm

· #720
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
רייסט איין פאר רבי מרדכי ווייס ע''ה איך הער אז מען האט אפגעשטופט ביז דאנערשטעג דעם קאורט, די עסקנים פרובירען אז אויף מארגען זאל שוין זיין א ענטפער פינעם געריכט.

ראש הקהל » דינסטאג יולי 15, 2014 11:21 am

· #729
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
רבי מרדכי'ס גוף איז נאך אלס בסכנה צו ווערן געשניטען מען דארף אדער מארגען אדער דאנערשטיג ווייטער ממשיך זיין אין געריכט פארוואס נישט צו שניידען דעם גוף, אין די שטובלעך פון ישועות יעקב אין ארץ ישראל קומט מען זיך צוזאם להתפלל בעדו.

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 11:23 am

· #731
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
ווער איז געווען דער ר' מרדכי ווייס? איינער האט אפשר א בילד פון אים?

ווי אלט איז ער געווען?

ראש הקהל » דינסטאג יולי 15, 2014 11:24 am

· #732
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
עס איז דא פון אים א בילד פון די יוגנט ווי ער שטייט מיט רבי עמרם בלויא ז''ל ביי א הפגנה
file-27.jpeg
file-27.jpeg (27.86 KiB) געזעהן געווארן 3269 מאל


(קרעדיט בילד: אייוועלט)


אויף אייוועלט שרייבט איינער

ראשית האט געשריבן:
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:געהערט פון לאנדאן
די ריכטער האט עס ליידער אפגעשטיפט אויף 2 טעג.

די ריכטער האט עס נישט אפגעשטיפט מ'ווארט פשוט אז די קארענער זאל אריין געבען אירע פעיפערס, ס'האט געהייסן אז זי גייט עס היינט אריין געבען אבער למעשה האט זי געזאגט אז זי געט עס מארגן אינדערפרי אריין


ווי איך האב געהערט גייט מען הערשט אדער מארגען אדער איבערמארגען אויסהערן ביידע זייטען אויף וואס זיי בויען זייערע טענות צו עס איז זינלאז צו שניידען זיין קערפער, אדער עס איז יא וויכטיג לשיטתם אז זיי דארפען דא דערגיין ביז'ן סוף די סיבה פון זיין פלוצלינגער אומקום.

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 11:25 am

· #733
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
ווי איז דא די בילד?

ראש הקהל » דינסטאג יולי 15, 2014 11:43 am

· #738
בקשת רחמים לרבי מרדכי ווייס ז''ל
file-2.png
file-2.png (151.35 KiB) געזעהן געווארן 3268 מאל

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 11:58 am

· #743
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
א גרופע פון עטליכע הונדערט אידן האבן זיך יעצט פארזאמעלט פארנט פונעם אפיס פון די רשעות'דיגע העלט קאמישינאר צו פראטעסטירן און אויסשרייען די ווייטאג קעגן די בזיון המת.

ראש הקהל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:01 pm

· #745
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
אידען רייסען איין בתקיעת שופר ביים שול פון רבי יצחק מאיר מארגענשטערן נעכטן נאכט לאור המצב באר''י
Bsity0BCcAAnaUd.jpeg
Bsity0BCcAAnaUd.jpeg (49.53 KiB) געזעהן געווארן 3256 מאל



אין ביהמ''ד אנשי ספרד אין ניו יארק איז נעכטן פארגעקומען אן עצרת תפילה פאר אינזערע ברודער באר''י
BslSqJaIUAAeugV.jpeg
BslSqJaIUAAeugV.jpeg (49.32 KiB) געזעהן געווארן 3255 מאל

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:04 pm

· #747
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:הילד נתן בן שרה פון קווינס ברויך רחמי שמים מרובים נאכן אריינפאלען אין א סווימינג פול.

די ריכטיגע נאמען איז נתן צבי בן שרה רבקה.

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:05 pm

· #748
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
קול מבשר מעלדט אז די מצב פונעם צוויי יעריגן קינד נתן צבי בן שרה רבקה האט זיך גאר שטארק פארערגערט, און איז יעצט אריינגעפאלן אין א קאומע.

ראש הקהל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:06 pm

· #749
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
אוי וויי רח''ל ארויסנעמען די תהלימ'לך

ראש הקהל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:07 pm

· #750
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
אן אפדעיט פון לאנדאן איבער די מצב מיט רבי מרדכי ע''ה


דער מצב האלט יעצט ביי דעם אז די קאראנע"ר האט אריין געגעבן א אפליקעישאן אין קארט אז זי זאל יא מעגן שניידן מיט'ן טענה אז זי איז בארעכטיגט און זי איז פאראנטווארטליך געוואר צו ווערן די פונקטליכע סיבה פון די פטירה עד הסוף און אז דאס קען נישט געטוהן ווערן נאר מיט א סקע''ן, און ממילא מיז מען איר נאכגעבן צו שניידען.

 

די עסקנים האבען געברענגט עדות פון א גרויסע מעדעצינישער פראפעסאר אז אין דעם פאל קען מען יא פעסטשטעלן די סיבה פון די פטירה דורך א סקע"ן און אז ס'איז נישט נייטיג צו שניידן. און נאכמער, אז א סקע"ן קען אסאך מאל טרעפן זאכן וואס ביים שניידן טרעפט מען עס נישט.

 

אויסער דעם האט מען געטראפן אין איר עדות'שאפט אז זי האט געבויט די החלטה צו שניידן אויף אייגענע פערזענליכע פרינציפן, ממילא איז די החלטה נישט אויסגעהאלטן געזעצליך. אויך, אז ביי דעם פאל פעלט נישט אויס צו דערגיין די סיבה פון די פטירה עד הסוף.

 

מ'האלט נאך אינמיטן אויסארבייטן צו דער משפט זאל פארקומען מארגן אדער דאנערשטיג.

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:09 pm

· #752
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
יישר כח פאר די קלארע אפדעיט.

ראש הקהל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:21 pm

· #756
אפדעיט פון לאנדאן.
מארגען האלב עלעף קומט אי''ה פאר די משפט ביטע איינרייסען להצלחת העסקנים און פאר די שנעלע קבורה בלי שום צער ונזק להר''ר מרדכי ע''ה.

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 12:27 pm

· #758
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
WOW

'די קרעטשמע' האט גאר שנעלע און קראנטע אפדעיטס איבער די קעיס פון ר' מרדכי ווייס ע"ה.

אייוועלט קען זיך פארשטעקן אונטער די קרסולי הקרעטשמע אין דעקונג איבער דעם.

השר מקוצי » דינסטאג יולי 15, 2014 1:02 pm

· #769
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
אידען האבען זיך היינט צוזאמגענומען צו מתריע זיין איבער די צרה

השר מקוצי » דינסטאג יולי 15, 2014 1:08 pm

· #770
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
די תימנע אידען אין ארץ ישראל זענען מתפלל אויף זייער נוסח איבער די מצב אין די לאנד
m http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=70977 m

השר מקוצי » דינסטאג יולי 15, 2014 4:03 pm

· #778
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
IMG-20140715-00004_resized_resized.jpg
IMG-20140715-00004_resized_resized.jpg (13.37 KiB) געזעהן געווארן 3229 מאל
א בילד פון די מחאה


דער עסקן רבי אשר גראד פון לאנדאן רעדט אויף קול מבשר איבער די פרשה.

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 4:17 pm

· #779
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
קוקט אויס זייער ווייניג מענטשן ביים מחאה לויטן בילד.

שלומיאל » דינסטאג יולי 15, 2014 7:04 pm

· #791
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
Court 16-07-2014.jpg
Court 16-07-2014.jpg (305.51 KiB) געזעהן געווארן 3222 מאל

ראש הקהל » מיטוואך יולי 16, 2014 9:30 am

· #794
באריכט פון די לאנדאנע עסקנים
ב''ה אז די געריכט האט דערווייל ארויסגעגעבן א גינסטיגער פסק לטובת רבי מרדכי ע''ה

אז דער אינדזשאנקשא"ן (עיקול) אקעגן די קאראנער נישט צו שניידן דעם גוף בלייבט אין פארס (זי טאר נישט שניידן).

 

זי דארף ארויסגעבן דעם גוף צו מאכן א סקע"ן ביי דעם פראפעסאר וועלכער האט עדות געזאגט אז לויט זיין מיינונג פעלט נישט אויס צו שניידן (דאס וועט בע"ה פארקומען היינט נאכמיטאג).

 

דער פראפעסאר דארף צושטעלן א רעפארט אויף די סיבה פון די פטירה און טאמער וועט זי ח"ו מערער זיין אויף זיין הכרעה וועלן מיר דארפן זאפארט צוריק קומען פאר דעם זעלבן שופט.


מען ברויך ווייטערדיגע רחמים אז די קאראנער זאל שוין אפלאזען דעם גוף און לאזען ברענגען רבי מרדכי ע''ה למנוחה נכונה.
 

 

שלומיאל » מיטוואך יולי 16, 2014 11:26 am

· #800
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
הודו לה' כי טוב, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.

ראש הקהל » מיטוואך יולי 16, 2014 2:47 pm

· #807
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
פון לאנדאן זאגט מען אז יעצט 3 אזייגער ברויך צו קומען די רעזולטאטען פינעם טעסט אויף רבי מרדכי דערווייל וויל נישט די קאראנער היינט אנעמען די טעסט ווייל סאיז שוין נאך די אפיס שעות און וועט ווערן מארגען באשטעטיגט צו מען קען אים באפרייען.

ראש הקהל » מיטוואך יולי 16, 2014 2:58 pm

· #808
א בשורה טובה פון שטאט לאנדאן.



דער פראפעסער האט יעצט גע'ענדיגט צו מאכם א סקע"ן אויפ'ן גאנצן קערפער און ער האט געשריבן זיין חוות דעת אז עס איז ב"ה נישט נייטיג צו שניידן. ער גלייבט אז מען וועט נישט קענען אפווענדן זיין רעפארט.

לאמיר האפען אויף די בעסט.



 

ראש הקהל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:36 am

· #843
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
דער גאב''ד ירושלים האט געשיקט א בריוו אין ענגליש איבער די הארבקייט פון לאזען רבי מרדכי ע''ה אזוי לאנג אהן א קבורה.
רבי יצחק טובי' אלס א אייראפעיאשער סיטיזען בעט זיך בתחנונים צום אמבאסאדער אויפען באפרייאונג פון רבי מרדכי ע''ה.
m https://www.dropbox.com/s/5m47en39d4ds8 ... Letter.pdf m

ראש הקהל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:40 am

· #844
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
דערווייל ווארט מען נאך אויפען דיסיזשען.


מודעות און פלאקאטען איבער די לווי' איז שוין אויסגעהאנגען געווארען אין לאנדאן, ווייסט איינער פשט דערפון?

ראש הקהל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:16 am

· #846
בשורה לא טובה פון לאנדאן


ליידער האט די מרושעת באשלאסן נישט אנצונעמען פולשטענדיג די החלטה פונעם פראפעסער און זי פארלאנגט אז דער פראפעסאר זאל מאכן ווייטערע בדיקות.

ראש הקהל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:56 am

· #850
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
א שטיקעל פשרה איבער די צוגאנג פון די בדיקות קומט אצינד פאר, דאס הייסט אויף עפעס א מינימאלע בדיקה איז מען יעצט גרייט צו פארהאנדלען אז די עקשנות פון די קאראנער זאל נאכלאזען.


פיר אזייגער נאכמיטטג קומט פאר נאך א געריכט, העתירו אל ד'.

שלומיאל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:09 pm

· #859
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
פון אימעיל:

ברוך הטוב והמטיב!

בשבח והודאה להשי"ת איז יעצט אנגעקומען די ידיעה אז די קאראנער האט ענדליך אנגענומען די פאטאלאגישע סקע"ן רעפארט פונעם פראפעסאר און די חברה קדישא הייבט אט יעצט אן צו טוהן צו צוגרייטן אלעס צו די לוי' פון הר"ר מרדכי ב"ר אהרן דוב הלוי ז"ל אן קיין שום ווייטערע בדיקות.

ויה"ר אז מ'זאל זיך שטענדיג מיטטיילן נאר בשורות טובות ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו יסיר בביאת גו"צ בב"א.

השר מקוצי » דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:25 pm

· #860
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
אה ! ברוך הטוב והמטיב יישר כוח פאר די בשורה טובה.

ראש הקהל » פרייטאג יולי 18, 2014 11:35 am

· #882
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
דער נפטר רבי מרדכי ע''ה וועט אי''ה באגלייט ווערן מוצש''ק אין שטאט לאנדאן ביי א ריזען מאסן לווי' און מעמד בקשת מחילה פינעם נפטר, אויפען וועג לקבורה ולמנוחה נכונה בארה''ק.

שלומיאל » פרייטאג יולי 18, 2014 11:36 am

· #884
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
בשעה 12:30

השר מקוצי » פרייטאג יולי 18, 2014 1:19 pm

· #898
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
ענדליך.....

געלויבט די באשעפער

m https://www.dropbox.com/s/oe9opibixo3vl ... %D7%A7.jpg m

געלעגער » פרייטאג יולי 18, 2014 5:18 pm

· #902
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
געלויבט דער פון אויבן

ראש הקהל » זונטאג יולי 20, 2014 12:13 pm

· #921
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
די לווי' איז פארגעקומען נעכטן ביינאכט ביים בית האכסניא אין לאנדאן די רבנים פון די סאטמארע קהילות אין לאנדאן האבען אויפגעטרעטן מיט דברי הספד

די פלאקאטען אין אר''י וואס רופען צו די לווי' פון רבי מרדכי ע''ה
file-35.jpeg
file-35.jpeg (45.11 KiB) געזעהן געווארן 5072 מאל

ראש הקהל » זונטאג יולי 20, 2014 12:26 pm

· #923
באקומען אין אימעיל איבער די נעכטיגע לווי'


לונדון החרדית בראשות כל רבניה ומאוריה ליוותה אמש את ארונו של שלוחה שלירושלים וליווהו בדמע בלוויה המונית בה נטלו חלק כל תושבי העיר שנאבקו עלשמירת כבוד המת, גדולי הרבנים השמיעו דברי כיבושין והתערורת ובקשת מחילה, בה הביעו את גודל החיוב על שמירת קדושת מתי ישראל, והמאבק האיתנים שהדהד בכל רחביתבל, בו הועלו לנס עמדתה של היהדות החרדית המוסרת נפש לבל יגעו במת אפילובחגירת ציפורן כלל וכלל ח"ו.בדברי רבני העיר הובעה התודה והברכה מפי הרבנים הגאונים שליט"א לכל הפועליםוהעוזרים בכל העולם שפעלו ועשו ללא ללאות שלא על מנת לקבל פרס שהוא חסד שלאאמת, עבור הנפטר הגדול שלא שנתגלגלה זכות ע"י זכאי שחדרה להכרת השלטונותוהרשויות שהכירו לדעת על כל צרה שלא תבוא ח"ו להתנהג ולהתייחס עמם כדין, ובכךמקווים שתוסר החרפה והנגף מעל מתי ישראל בלונדון בפרט ובכל המדינה בכלל,ותשתנה היחד לטובה בכל איירופה לנפטרי בית ישראל.הדי המערכה נשמע למרחק במדינות רבות, וגם גויים נעמדו משתוממים לגודל מסירותנפשם של ישראל למען מיתיהם ועומדים על אמונתם, וראשי חברה קדישא במדינות שונותמוסרים על התעוררות עצומה שזה עורר גם אצל יהודים אפילו הרחוקים ביותר, לדעתאת חשיבות ויקר לעמוד איתן בחיזוק האמונה בהשארת הנפש ובתחיית המתים בב"אאחר בקשת מחילה מהמנוח הדגול שכל ימיו הייתה חטיבה אחת של מסירות נפש קידוש שםשמים וגם עתה בשליחותו האחרונה בשליחות מצוה למען הכלל ביחד עם כל הקהל בדמעה ובכאב ליוו כולם את ארונו לעבר שדה התעופה שם עלה למטוס של חברתבריטיש-אירוסוויט בדרכה לארה"ק שם יבוא למנוחות בהר הזיתים מול מקום מקדש.






השר מקוצי » מיטוואך יולי 23, 2014 1:22 pm

· #1123
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
א פרוי רייזל רויזא בת ברכה שיינדא דארף א ישועה גדולה זי איז דיזאגנירט געווארן א צייט צוריק מיט די ביטערע מחלה, רבותי רייסט איין לרפו''ש

שלומיאל » מיטוואך יולי 23, 2014 1:26 pm

· #1124
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
מ'האט איר ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטער.

אבער דער אייבערשטער קען און וועט זיכער העלפן, מ'דארף נאר בעטן.

ראש הקהל » זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:39 pm

· #1380
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
א אינגערמאן צבי הירש בן גיטל ברויך רחמי שמים מרובים נאכן געשעדיגט ווערן אין לאק שעלדריק

השר מקוצי » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:58 pm

· #1388
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
בקשו רחמים.jpeg
בקשו רחמים.jpeg (36.43 KiB) געזעהן געווארן 5008 מאל

עסקן » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:04 pm

· #1619
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
רבקה בת מלכה לאה לרפו''ש
5 יאר אלט
יעצט געווארן אראפגעקלאפט דורך א אויטא אין וואודרידזש

שלומיאל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:15 pm

· #1622
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
עסקן האט געשריבן:רבקה בת מלכה לאה לרפו''ש
5 יאר אלט
יעצט געווארן אראפגעקלאפט דורך א אויטא אין וואודרידזש

BDE: A 6 Year old child who was struck by a vehicle in front of Village park colony in woodridge has passed away from his injuries; B'T

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:20 pm

· #1624
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
אוי וויי ברוך דיין האמת
מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

בולעטין » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:01 pm

· #2445
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
הרה"צ מ'וויזשניץ ברויך א רפואה זייט מתפלל רבי מרדכי בן מרגליא לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל

Yiddish » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:32 am

· #2538
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
b"h the rabbe was able to say a few words on yom kipur in viznitz shull

צאנז=באבוב » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:01 pm

· #2812
Re: בקשו רחמים! רייסט איין
---------- Forwarded message ----------
 

תתפללו בבקשה בדחיפות על תינוק קטן, בן חודש וחצי, 

שנולד לאחר 5 שנות ציפיה (!!!) וגילו לו את החיידק הטורף. הוא במצב קריטי. כל תפילה תעזור!!!!

חיים ישראל מאיר בן נחמה דינה לרפו"ש.

בבקשה! תעבירו הלאה, אל תשברו את השרשרת.........

 
בלאט: 1 2