שיסערייען זענען געהערט געווארן אין נעשיאנעל מאלל (א נאציאנאלע פארק אין וואשינגטאן די סי), עדות האבן געזאגט אז עס איז געווען א געשלעג אין א קאר אוו פון דארטן זענען געקומען די שאסן, דערפאר איז דאס פאר די פובליקום נישט קיין סכנה.
אין די "אינדיאנאפאוליס טיער גארטן" איז אנטשטאנען א פאניק נאך וואס א טשיטא (פון די משפחה פון טייגערס) האט זיך ארויסגעשלייכט פון אירע גראטעס.
די טשיטא איז פלוצים געזעהן געווארן אויף א שטח אינדרויסן פון איר שטייג, אבער דאך נישט ביי די באזוכער. מען האט אריינגעטראגן אלע באזוכער אין א פארזיכערטן ארט מיט צוגעשפארטע טירן ביז מען האט מצליח געווען איר צוריקצוזעהן אינעם שטייג. די פארוואלטונג זאגט אז קיינער איז נישט געווען באדראעט פון איר, וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן ווייסט מען נישט.
*
צוויי פון די ארבייטערס אינעם קירקלענד "מאקסימום זיכערהייט" טורמע אין נאורט קאראליינע זענען פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן אלס משכונות, דורך און ביי "ארעסטאנטן"!
זיי זענען נעכטן פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן פאר בערך 6 שעה. די קאררעקשן דעפט. האט כמעט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן, נישט די צאל פארכאפער און נישט די אינגעטיטעט פון די פארכאפטע, אזויפיל האט זי געזאגט אז די פארכאפטע זענען "נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן". ומכלל לאו שומע אני הן...
מיין מיינונג האט געשריבן:אין די "אינדיאנאפאוליס טיער גארטן" איז אנטשטאנען א פאניק נאך וואס א טשיטא (פון די משפחה פון טייגערס) האט זיך ארויסגעשלייכט פון אירע גראטעס.
די טשיטא איז פלוצים געזעהן געווארן אויף א שטח אינדרויסן פון איר שטייג, אבער דאך נישט ביי די באזוכער. מען האט אריינגעטראגן אלע באזוכער אין א פארזיכערטן ארט מיט צוגעשפארטע טירן ביז מען האט מצליח געווען איר צוריקצוזעהן אינעם שטייג. די פארוואלטונג זאגט אז קיינער איז נישט געווען באדראעט פון איר, וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן ווייסט מען נישט.
* טשיטא איז נישט פון טייגער משפחה.
צוויי פון די ארבייטערס אינעם קירקלענד "מאקסימום זיכערהייט" טורמע אין נאורט קאראליינע זענען פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן אלס משכונות, דורך און ביי "ארעסטאנטן"!
זיי זענען נעכטן פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן פאר בערך 6 שעה. די קאררעקשן דעפט. האט כמעט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן, נישט די צאל פארכאפער און נישט די אינגעטיטעט פון די פארכאפטע, אזויפיל האט זי געזאגט אז די פארכאפטע זענען "נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן". ומכלל לאו שומע אני הן...
א עגיפטישער פליגער געווארן געהיידזשעקט דורך א משוגענער, ער האט נישט געמיינט קיין טעראר און גאר ארויסגעלאזט אלע פאסאזשירן חוץ די פילאטן און נאך איינצעלנע פון די מאנשאפט. ער האט געהאט א פאר פארלאנגען, איינס אז ער וויל רעדן מיט זיין גרושה...
פרעזידענט קאנדידאט טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער איז ארעסטירט געווארן פאר אגרעסיוו אוועקשלעפן א רעפארטערקע פון רעדן צו טראמפ (נאך א ראלי אין פלארידע, עטליכע וואכן צוריק), נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען א קליפ פון א סעקיוריטי קעמערע ווי מען זעט קלאר אז ער איז דער וואס שלעפט איר. טראמפ לייקנט השמש בצהריים: Wow, Corey Lewandowski, my campaign manager and a very decent man, was just charged with assaulting a reporter. Look at tapes-nothing there!
אנדערש ווי געווענליך אז א הונט האט אין מויל א ביין אדער א שפילצייג, איז א הונט אין מיסיסיפי אהיימגעקומען מיט א בעג הענגענדיג פון זיין מויל. דער בעל הכלב זאגט אז צוערשט האט ער געמיינט אז עס איז א בעג מיט גארבידזש, נאכדעם האט ער אבער דערקענט פון די גערוך אז דאס איז מארעוואנא! די דראג באאמטע זענען אראפגעגאנגען אינוועסטיגעיטן די פאל, נאכאמזל...
צוויי צענערלינגען פון ארלאנדאו, פלארידע זענען ארעסטירט געווארן נאכן פאוסטן בילדער ווי זיי זענען אין די בית הכבוד פון א שולע מיט גאנס! איינע פון די עלטערן פון א סטודענט האט עס געזען און א באזארגטער איינגעמאלדן די אויטאריטעטן. זיי זענען נישט געווען א סכנה, נאר עובר געווען אויף האבן געווער אין א שולע קאמפלעקס, און דער פאקט אז זיי זענען נאך נישט קיין ערוואקסענע און פארבאטן צו האבן געווער.
א בראזיליאנע קאנגרעסיאנעלע קאמיטע האט געשטימט צו מוטיגן א אפשטימונג צו מען זאל אימפיעטשן די בראזיליאנע פרעזידענט. נאך באשולדיגונגען אז זי האט מאניפולירט רעגירונג'ס אקאונטס צו באהאלטן די וואוקס פון די דעפעציט זייערע. די אפשטימונג וועט פארקומען דער 17'טער אדער אכצנטער אפריל.
א האלבע שעה איז אריבער און די כלי איז נישט אפירגעקומען אבער אין די זעלבע צייט האבן די סיגנאלן אנגעפאנגען זיין שוואכערע, איבערצייגנדיג אז דאס איז נישט פון א כלי אויפן פליגער, נאר פון אין דער טערמינאל און דער פליגער איז נישט אין א מעגליכע סכנה.
נאך אזא שערוריה האבן אפאר פון די פאסאזשירן מער נישט געוואלט מיטפארן און פארלאנגט מען זאל זיי אראפלאזן פון פליגער. זיי אראפלאן און דאס אויסזוכן זייערע פעקלעך האט אודאי נאר צוגעגעבן צייט ארויסצופארן וואס פריער...
מדינת ישראל שטורעמט פונדאסניי מיט "פרשת ילדי תימן", דאס וואס אומצאליגע קליינע קינדער פון תימנ'ער פאמיליעס זענען פארשוואונדן געגאנגען ביים ארויפקומען קיין מדינת ישראל אין די ערשטע יארן פון די גרינדונג פונעם לאנד. די יוסטיץ קאמיטע אינעם כנסת האט געעפנט א פרישן אויספארשונג, ביי וועלכע עס האט אויפגעטרעטן די כנסת מיטגלידערין נאווה בוקר (ליכוד פארטיי) און דערציילט א פערזענליכע געשיכטע פון איר מאמע וועמען די אויטאריטעטן האבן געהאט געזאגט אז איר קינד איז געשטארבן אין שפיטאל, אבער דאס קערפער פונעם קינד האט מען קיינמאל נישט באקומען.
ביים כנסת אויספארשונג זענען אראפגערופן געווארן פארשטייער פון די "עמר"ם" ארגאניזאציע וועלכע קעמפן געוואויר צו ווערן גענוי וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט געטאן מיט די אלע קינדער, צי האט מען זיי פארקויפט, דערמארדעט אדער סיי וואס. פארשטייער פון די ארגאניזאציע האבן פארדאמט דאס וואס די מדינת ישראל רעגירונג האלט אזוי אין געהיים די דעטאלן פון פרשת ילדי תימן, זאגנדיג "דאס איז ממש ווי מדינת ישראל'ס נוקלעארע סוד".
יעקב לזוביק איז דער פירער פון די אפיציעלע ארכיוון פון די מדינת ישראל רעגירונג, און ער האט געזאגט אז ער וואלט זייער שטארק געוואלט ארויסגעבן פאר'ן פובליק אלע דאקומענטן וואס די רעגירונג פארמאגט איבער די ילדי תימן, וואס וועט האפנטליך לעזן די מיסטעריע וואס ס'האט פאסירט מיט די אלע קינדער. לזוביק זאגט אבער אז געזעצליך קען ער דאס דערווייל נישט טאן, ווייל מען דארף האבן א געריכטליכע פארארדענונג צו קענען עפענען ארכיוון און דאס פארעפנטליכן פאר'ן פובליק.
ביי די שטורמישע פארהערן אינעם כנסת איז ארויסגעברענגט געווארן אז די סארט מיסטעריעזע פארשוואונדונגען פון קליינע ניי-געבוירענע קינדער האבן פאסירט אומצאליגע מאל, און נישט נאר מיט קינדער פון תימנ'ער פאמיליעס, נאר אויך פון מאראקא, איראק און אנדערע לענדער, פון וואו אידן זענען ארויפגעקומען וואוינען קיין מדינת ישראל. דער באנייטער שטורעם איבער "פרשת ילדי תימן" איז אזוי שטארק, אז פרעמיער מיניסטער נתניהו האט אויך נעכטן דינסטאג קאמענטירט, זאגנדיג אז ס'איז טאקע געקומען די צייט צו זוכן דעם אמת און דערגיין וואס ס'האט פאסירט מיט די ילדי תימן.
הרב מנחם פורוש, תיק מס' 102/97, היה העד החמישי. במהלך תקופה זו בה נעלמו הילדים, הרב פורוש כיהן כמזכיר מפלגת אגודת ישראל. אגודת ישראל דאז היתה אחראית על תיק הרווחה בממשלת בן גוריון. הרב פורוש העיד כי נועד עם בן גוריון בנוגע לילדים שנעלמו אך בן גוריון טען שאינו יודע על כך דבר וביקש הוכחות. במהלך עדותו התפרץ אליו אחד הנוכחים באולם ודרש ממנו שיחשוף את כל מה שהוא יודע. אחד המאבטחים ביקש מן האיש לעזוב את האולם. בעקבות זאת, התרגז האיש עוד יותר וצעק על המאבטח באומרו כי בעברו עבד כקצין במשטרה ושלא יאמרו לו איך עליו להתנהג. העימות בין האיש למאבטח עבר לפסים אלימים, עת שהמאבטח ניסה בכח להוציא את האיש מן האולם. מאבטחים נוספים נחלצו לעזרתו של עמיתם המאבטח כדי להוציא את האיש מן האולם, בזמן שאמצעי התקשורת מסקרים את האירוע באולם. מאוחר יותר נודע ליחיאל מן כי שמו של האיש הוא יצחק כרם, אשר החל לעבוד כשוטר במשטרה, קודם לדרגת רב-פקד ופרש מן המשטרה לאחר ש"למד כי כל המערכת מושחתת". מאז פרישתו הקדיש זמנו לחקר הנושא של חטיפת ילדי תימן. הרב פורוש המשיך בעדותו בפני הועדה. ראש הועדה, שופט בית המשפט העליון בדימוס, יהודה כהן, מתח בקורת על הרב פורוש באומרו כי התאכזב ממנו משום שסיפק מידע בקווים כללים ולא ירד לפרטי העובדות, כפי שציפה ממנו. צופה אחר, מר יינון גיספן, החל אף הוא לצעוק לעבר הועדה באומרו כי היא מכסה על הסיפור האמיתי. מר גיספן עזב את האולם בזעם וקרא לכל הנוכחים אשר מסכימים עימו לעזוב את האולם כאות מחאה. מחצית מן הנוכחים קמו ועזבו את האולם בשעה שהעיתונות מלווה אותם החוצה. בעת שהרב פורוש המשיך בעבודתו, פשטה שמועה כי כתב ערוץ 2, מתי כהן אמר שהרב פורוש מסר לו, שלא לציטוט, שמות של אנשים שהיו מעורבים בפרשה, אך הוא פחד להצהיר באופן פומבי על זהותם. במהלך עדות פורוש קמה אישה מן הקהל ואמרה "מתי כהן נמצא כאן איתנו. מדוע יש לתהות לגבי שמותיהם של המעורבים בפרשה כשאפשר לשאול את מתי כהן…". בעקבות זאת הוצאה האישה מן האולם ע"י אחד המאבטחים. לא עברה דקה והועדה החוקרת קראה למתי כהן להעיד. מתי כהן אמר כי דבריו של פורוש "הוצאו מהקשרם"… הוא טען שהרב פורוש רק אמר בפניו כי ישנם אנשים שהיו אז בעמדות בכירות ועדיין בחיים, ועל הועדה לקרוא להם להעיד כדי לבדוק אם בידיהם מידע שעדיין לא נחשף. מתי כהן אמר לועדה כי בתום השימוע ימסור לידיה קלטת שלו עם הרב פורוש בת 19 דקות….
ארום 3:00 האט דער פארמאסקירטער אומאידענטיפיצירטער מאן אריינגעשטורעמט אין א טיאטער וואס איז נארוואס געווארן פול מיט מענטשן און געשאסן פיר מאל פון וואס קיינער איז נישט פארוואנדעט געווארן, א שרעקליכע פאניק האט נאכגעפאלגט ,מענטשן זענען געלאפן פאר זייער לעבן נישט וויסנדיג וואס דער נעקסטע מנוט וועט ברענגען, דער פארשוין האט גענומען משכונות אין א ביה"כ אין די בנין, לויט ווי 'אלמיר עלמיקאוויק' -איינע פון די משכונות- דערציילט האט אים דער פארכאפער געזאגט 'לייג דיר אראפ אויף די ערד אויב דיין לעבן איז דיר טייער'.
די פאליציי וואס איז שנעל אנגעקומען אויפן ארט האט גלייך געשטורעמט די געביידע צו ראטעווען די פארכאפטע אין די טיאטער, זיי האבן אויסגעשאסן טרערון גאז צו פארמישן די שיסער, א צאל ציווילע מענטשן וואס זענען געווען געשטראנדעט אין די געביידע זענען געשעדיגט געווארן פון די גאז און זענען געווארן אפגעפירט צום שפיטאל מיט וואונדן.
די שיסער איז געווארט געשאסן אויף טויט נאך א קורצע פייער אויסטויש מיט די פאליציי, לויט די פאליציי איז ער א אומסטאבילער מאן און נישט קיין טעראריסט.
דער קאמפיין אז ענגלאנד זאל זיך אפטיילן פונעם יוניאן קומט נאכדעם וואס פילע בריטישע פאליטישאנס האבן איינגעזען אין די לעצטערע יארן אז ענגלאנד פארדינט גארנישט פונעם זיין אנגעשלאסן אינעם יוניאן, נאר פארקערט, זי פארלירט דורכ'ן זיך דארפן צושטעלן צום יוניאן אנשטאט פון זיין זעלבסטשטענדיג. פרעמיער מיניסטער קעמעראן האט פרובירט צו לעזן דעם פראבלעם, דורכ'ן פארלאנגען פון די אנדערע אייראפעאישע לענדער פארשידענע טובות פאר ענגלאנד, אין אויסטויש פאר א צוזאג אז ענגלאנד וועט בלייבן אינעם יוניאן.
למעשה האבן א גרויסע טייל פון פארלאמענט מיטגלידער אין ענגלאנד געזאגט אז זיי זענען נישט צעפרידן מיטן אפמאך וואס קעמעראן האט געשלאסן מיט די אנדערע אייראפעאישע יוניאן לענדער, און דעריבער האט קעמעראן ערלויבט אז מ'זאל פאררופן א רעפערענדום. אויב וועלן א מערהייט בריטישע בירגער היינט שטימען זיך אפצוטיילן פונעם אייראפעאישן יוניאן, וועט ענגלאנד איינשטעלן אירע אייגענע גרעניצן, איר אייגענע וואלוטע און אנדערע אפעקטס וואס מ'וועט צעביסלעך זעהן און שפירן.
קה"א
היינט איז אפגעהאלטן געווארן די רעפערענדאם און די רוזלטאטן קומען אריין אין די מנוטן, ווי עס האלט יעצט: 50.5 % האבן געשטימט זיך אפצוטיילן 49.5 % האבן געשטימט צו בלייבן
טעראריסטן פון די על שאבאב טעראר גרופע האבן נעכטן דורכגעפירט א טעראר אטאקע אויפן נאסו-האבלוד האטעל אינעם הויפטשטאט פון סאמאליע 'מוגאדישו'. די טעראריסטן האבן אויפגעריסן א קאר באמבע און דערנאך געשטורעמט אינעווייניג אינעם האטעל. 14 זענען אומגעקומען און 25 פארוואונדעט. 2 פון די אומגעקומענע זענען געווען פון די טעראריסטן.
על שאבאב האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר'ן אינצידענט, אבער ס'איז נישט געווען גלייך קלאר צי עס זענען דא עפעס אויסלענדישע צווישן די אומגעקומענע.