קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » טעגליכע נייעס בולעטין

טעגליכע נייעס בולעטין

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #210
בלאט: 1 2 3 4 5

בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך יולי 02, 2014 12:19 pm

· #243
אויפרייס אין פילידעלפיע
עטליכע מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן אין פילידעלפיע אפאר זענען קריטיש, דע אינצידענט האט פאסירט ווען א פראפעין טאנק פון א טראק האט אויפגעריסן.

דער אויפרייס האט פאראורזאכט א גרויסער פייער, און דער פייער האט זיך אריבערגעכאפט צו די חפצים ארום און ארום, וואס מאכט אהן גרויסע שאדענס.

שלומיאל » דינסטאג יולי 08, 2014 2:37 pm

· #554
Re: אויפרייס אין פילידעלפיע
השם ירחם...

אינפארמירט » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:09 pm

· #2111
טעגליכע נייעס בולעטין
איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז ווען איינער וויל ארויפלאדענען נייעס זאל עס קימען מיט א צייט אזוי אז מען זאל כסדר ווערן "אינפארמירט" מיט פרישע קורצע נייעסלעך וועלכע פאדערן נישט קיין באזינדערן אשכול

אינפארמירט » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:12 pm

· #2112
5:15
א פריוואטע עראפלאן וועלכע האט נישט רעספאנדעט צי פראגעס האט אראפגעקראכט אין וואסער, איך וןעל פרובירן באלד צי ברענגען מער אינפא

אינפארמירט » מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:49 pm

· #2115
מוצאי שבת כי תצא ע"ד
א פליגער פול מיט מענטשן פין די על אל פירמע אין ארץ ישראל האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג נאכן האבן פראבלעמען מיט די מאטאר

ראש הקהל » מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:29 pm

· #2116
פארגאנגענער דינסטיג 8 אינדערפרי
איז ארויסגעקומען א ריפארט אז אלע cvs פארמאסיס הערן אויף צו פארקויפען ציגערעטלעך און טאבאקא.

שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:56 am

· #2125
Re: 5:15
אינפארמירט האט געשריבן:א פריוואטע עראפלאן וועלכע האט נישט רעספאנדעט צי פראגעס האט אראפגעקראכט אין וואסער, איך וןעל פרובירן באלד צי ברענגען מער אינפא

שוין דא מער אינפא?

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:57 am

· #2128
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די פריוואטער עראפלאן האט ווארשיינליך געקראכט אין וואסער נעבן דזשעימעיקא
2אידן זענען געווען אויפן עראפלאן בד''ה

ראש הקהל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:59 am

· #2132
היינט זינטיג
קומט אהן א נעווי סיעל העמד אינעם 9/11 מעזיום די העמד האט א נעווי סיעל אנגעהאט בשעת די פארכאפונג פון בין לאדין

שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:34 pm

· #2135
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:די פריוואטער עראפלאן האט ווארשיינליך געקראכט אין וואסער נעבן דזשעימעיקא
2אידן זענען געווען אויפן עראפלאן בד''ה

ברוך דיין האמת

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:04 pm

· #2151
5
ראיאטען קומן פאר אין אר''י דורך די פאלעסטינער

זייגער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:20 am

· #2170
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די נייעס אגענטורן זענען יעצט פארנומען מיט א דרשה וואס פרעזידענט בוש האט געגעבן אין יאר 2007, ווי ער זאגט פאר וואס עס קען געשען טאמער ציהט מען זיך ארויס פון איראק צו שנעל. און ער זאגט גענוי וואס פאסירט יעצט טאקע.

בולעטין » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:47 am

· #2180
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין לאנדאן זענען געוויסע חרדישע מוסדות אויף צרות אויב זיי גייען נישט נאכקומען די פארלאנגען פון די רעגירונגס לימודים

בולעטין » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:03 pm

· #2181
מאנסי האט מארגן א שארפער וואל פארמעסט
שרעקעדיגע צעטליך איבער די חוב פון מארגען גיין וועלן אין מאנסי

בולעטין » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:33 pm

· #2183
לווית הרבנית שטיינמאן ע''ה
ברוך דיין האמת
א גרויסע ציבור האט פריער מלווה געווען די טאכטער פון הגר''ח קניבסקי שליט''א און שנור ביי הגראי''ל שטיינמאן וואס איז אוועק אין יונגען עלטער ת.נ.צ.ב.ה.

בולעטין » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:06 pm

· #2195
בערך 4 אזייגער
האט אין די הויפט שטאט פון טשילי אויפגעריסען א אינטערגעשטעלטע באמבע ביי א באן סטאנציע

בולעטין » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:32 pm

· #2208
היינט 9 אויפדערנאכט
גייט דער פרעזידענט אבאמא אויפטרעטן פארן פאלק וועגן זיין פלאן קעגן די אייסיס

בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:17 pm

· #2240
Re: היינט 9 אויפדערנאכט
בולעטין האט געשריבן:גייט דער פרעזידענט אבאמא אויפטרעטן פארן פאלק וועגן זיין פלאן קעגן די אייסיס

טעות בידך
היינט נאכט.

בולעטין » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:05 pm

· #2252
אבאמא האט נארוואס געלאזט הערן אז
ווי אמעריקא שפירט אז מען דארף באמבאדירען וועט אמעריקא שיסען זייערע צילן
ער האט קלארגעשטעלט אז איסלאם איז די מערסטע וואס ליידט פון די רוצחים, אין איסלאם ווערט נישט פארטרעטן פון די געמיינע טעראריסטען

ער האט געלאזט וויסען דעם ציבור אז
הינדערט פופציג צילען זענען שוין געשאסען געווארען קעגן די אייסיס
אין האט אויך געמאלדן אז קיין סיריע וועט אויך גרייכען די אמעריקאנע כוחות און באשיסען די אייסיס צענטערן זיי צו פארניכטען לגמרי פון די וועלט
ער האט אויסגעפירט אז
א ברייטערע קאליציע ווערט צוזאמגעשטעלט אין שפיץ פון דזשאן קערי צו צוזאמנעמען פילע לענדער אין די וועלט און פאראייניגען אין די מלחמה קעגן אייסיס

שלומיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:23 pm

· #2276
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
דערמאנט מיר ווי בוש האט פאר גענוי 13 יאר צוריק געמאלדן זיין מלחמה קעגן טעראר.

דאס איז א זאך וואס איז אוממעגליך גענצליך אויסצוראטן, אלס וואקסט ארויס פרישע (בעוה"ר).

זייגער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:16 am

· #2281
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
בעוונותינו ובעוונות הפרעזידענט אבאמא ירום הודו והוד גאלפו

גרויזאמער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 12:36 pm

· #3736
Re: אויפרייס אין פילידעלפיע
רחמנא לצלן

זייגער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:47 pm

· #3747
Re: אויפרייס אין פילידעלפיע
זענען די קריטישע שוין בעסער?

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:30 pm

· #3956
העקערס האבן ארויפגעלייגט סטראשענגון אויף די טיימליין פון ניוזוויק אויף טוויטער, צילענדיג מישעל אבאמא

ראש הקהל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:55 pm

· #3960
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
וואס ווילן זיי פון איר?

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 10, 2015 5:20 pm

· #3964
נישט זיכער...

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:17 pm

· #4461
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מקען נישט נאכגיין?

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:22 pm

· #4466
זייגער, ביסט בארד אדער דו ווילסט פשוט אז איך זאל האלטן אין איין באקומען אימעילס?
אז דו ווילסט, קענסטו מיר שיקן אן אימעיל סתם אזוי... ס'מוז נישט גיין דורכן קרעטשמע....
קוק אין מיין חתימה.

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 6:46 pm

· #4480
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די באקומסט א אימעיל פאר יעדער הודעה?

שלומיאל » מאנטאג מערץ 09, 2015 4:55 pm

· #4857
Re: אויפרייס אין פילידעלפיע
איך מיין אז ערגער, אבער ס'איז אויך דא א צד צו זאגן אז ס'איז צווישן אביסל בעסער און זייער שטארק בעסער, אבער רוב אירע האלטן אז ס'איז בערך סטאביל.

זייגער » מאנטאג מערץ 09, 2015 6:20 pm

· #4874
Re: אויפרייס אין פילידעלפיע
איז דא א פונקטליכע נומער?
גרויזאמער?

פאנטאזירער » דינסטאג מאי 12, 2015 6:57 pm

· #5721
קורצע נייעס
דזשארדזש ציממערמאן (נישט פארמישן מיט רעב יואל) איז געשאסן געווארן ביי א פייט, א ראוד רעידזש פייט ל'ע.

ער איז לייכט פארוואונדעט געווארן.

שלומיאל » דינסטאג מאי 12, 2015 7:04 pm

· #5722
Re: קורטצע נייעס
לייכט וואס געווארן?

פאנטאזירער » דינסטאג מאי 12, 2015 7:07 pm

· #5723
Re: קורטצע נייעס
Injured

שלומיאל » דינסטאג מאי 12, 2015 7:17 pm

· #5724
Re: קורטצע נייעס
Injured מיינט פארוואונדערט?

פאנטאזירער » מיטוואך מאי 13, 2015 10:35 am

· #5727
Re: קורטצע נייעס
א עמטרעק באן פיל מיט צוויי הונדערט פערציג פאסאזשירן האט אראפ געקראכט פין די שינעס. עס איז שוין באריכטעט פינעף טויטע און פיפציג פארוואנדערטע.

פאנטאזירער » מיטוואך מאי 13, 2015 10:35 am

· #5728
Re: קורטצע נייעס
שלומיאל האט געשריבן:Injured מיינט פארוואונדערט?


ניין. איך האב געשריבן פארוואונדעט

שלומיאל » מיטוואך מאי 13, 2015 11:45 am

· #5729
Re: קורטצע נייעס
פאנטאזירער האט געשריבן:
שלומיאל האט געשריבן:Injured מיינט פארוואונדערט?


ניין. איך האב געשריבן פארוואונדעט

נערך לאחרונה על ידי פאנטאזירער בתאריך מיטוואך מאי 13, 2015 10:35 am, נערך פעם אחת בסך הכל.

פאנטאזירער » מיטוואך מאי 13, 2015 12:11 pm

· #5730
Re: קורטצע נייעס
פאנטאזירער האט געשריבן:א עמטרעק באן פיל מיט צוויי הונדערט פערציג פאסאזשירן האט אראפ געקראכט פין די שינעס. עס איז שוין באריכטעט פינעף טויטע און פיפציג פארוואנדערטע.


א 21 יעריגע איד איז אומגעקומען.
מען זוכט פאר א אידישע פרוי וואס איז געווען אויפן עמטרעק

שלומיאל » מיטוואך מאי 13, 2015 1:01 pm

· #5731
Re: קורטצע נייעס
פאנטאזירער האט געשריבן:א 21 יעריגע איד איז אומגעקומען.

בד"ה

פאנטאזירער » מיטוואך מאי 13, 2015 3:12 pm

· #5750
Re: קורטצע נייעס
זיבן דעד

Yiddish » מיטוואך מאי 13, 2015 10:19 pm

· #5757
Re: קורטצע נייעס
רח''ל
וויפיל אידן זענען געווען צווישען די אומגעקומענע?

מיין מיינונג » דינסטאג יוני 09, 2015 4:42 pm

· #5884
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין די יעצטיגע טעג גייט פאר א דראמאטישע געשיכטע ווען 2 מערדער האבן באוויזן צו אנטלויפן פון א גאר פארזיכערטע טורמע אין ניו יארק.

די צוויי Richard Matt און David Sweat זענען מערדער מאז ומקדם, Matt האט איז שוין געווען ארעסטירט איינמאל און איז אנטלאפן, נאך זיין ארויסקומען האט ער אנגעקלאפט איינעם צום טויט, זייענדיג אינדרויסן איז ער פאר זיין טרייעל געפלויגן קיין מעקסיקא ווי ער האט ווידער דערמארדעט איינעם, זינט דאן איז ער אין די תפיסה. Sweat זיצט א לעבנסלענגליכע טערמין פארן שיסן א דעפיוטי שעריף - 15 מאל! - צום טויט, און דערנאך איהם באראבעוועט.
זיי זענען שבת 5:30 פארטאגס נישט געווען צום געפונען אין זייער צעל, אנשטאט זיי זענען אין זייערע בעטן געשלאפן דאמיס צונויפגעשטעלט פון קליידונג, דאס האט געדארפט דינען צו פארנארן די וועכטערס - וואס מאכן רונדעס עטליכע מאל אין די נאכט - כאילו זיי שלאפן געמיטליך...

זוכענדיג האט זיך אנטפלעקט אז זיי האבן אויפגעשניטן די אייזענע וואנט פון זייערע צעלן (וואס האט געפירט צו פייפס וכדומה) און פון דארטן האבן זיי געמאכט זייער וועג ארויס פונעם בנין, אינדרויסן האבן זיי אויפגעשניטן א ריזיגע אפלויף פייפ און געקראכן דערין ביז ארויס פון די שווער באוואכטע מויערן וואס נעמען ארום די טורמע, און דאן ארויסגעקומען דורך א Manhole.




דער גאווערנער איז ספעציעל אראפגעקומען צום טורמע צו זעהן פון די נאנט וואס די חברה האבן אנגעווערטשאפט און האט געהאלטן א פרעסע קאנפערענס ווי ער האט געבעטן אלעמען צו איבערגעבן די מינדעסטע אינפארמאציע וואס קען זיין בייהילפיג צו טרעפן די מערדער, ער האט ארויסגעברענגט ווי געפערלעך די פארשוינען זענען, און צוגעזאגט א 100 טויזענט דאלער'דיגע באלוינונג פאר דער וואס וועט פירן צו זייער ווידער-ארעסט.

די מערסטע איז די וואונדער פון וואו די צוויי האבן געהאט די כלים און דירעקציעס וואס האט זיי ערמעגליכט צו אויספירן זייער פליטה.
איין ארבעטארין אינערהאלב די טורמע וואס האט געהאט נאנטע באציאונגען מיט די צוויי איז אונטער אויספארשונג צוליב די חשדות וואס פאלן אויף אירע פלייצעס, און אומבאשטעטיגטע שמועות פליען ארום אויף איר חשבון...

דערווייל גייט אן א העפטיגע זוכעניש נאך זיי אין וואס הונדערטער פאליציאנטן און סאלדאטן נעמען א טייל, מען זוכט אין הייזער, וועלדער און זאגאר קארס, איבעראל ווי מען זאל נאר קענען טראכטן פון טרעפן שפירן פון זיי.
א איינוואוינער אין די געגנט ווי די טורמע געפינט זיך האט געזאגט אז ער האט געזעהן ליל שב"ק אביסל נאך האלב נאכט ווי צוויי פרעמדע געפינען זיך אין זיין בעק יארד, איימער האט געטראגן א טאשקע וואס האט אויסגעקוקט ווי א גיטאר טאש אין זיינע אויגן - מן הסתם דער זעג, ווען ער האט זיי פארשריגן וואס זיי טוען אין זיין פראפערטי האט איינער פון די צוויי געזאגט אז זיי האבן בטעות אריינגעוואנדערט און זיי זענען אנטלאפן.
די שמעק הונט וואס מען האט אהינגעברענגט האבן קיין געוואונטשענע רעזולטאן נישט געברענגט.

שמועות אז די צוויי זענען אין ווילסבארא, ניו יארק און די געגנט איז ארומגערינגלט דורך די זוכערס איז לויט אנדערע שמועות געלייקנט דורך די סטעיט פאליציי...

דער רבש"ע זאל שומר ומציל זיין, אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר.

שלומיאל » דינסטאג יוני 09, 2015 5:18 pm

· #5885
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
ייש"כ פאר די שיינע - אבער היפש פארשפעטיגטע - באריכט

value » דינסטאג יוני 09, 2015 7:39 pm

· #5887
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שלומיאל האט געשריבן:ייש"כ פאר די שיינע - אבער היפש פארשפעטיגטע - באריכט


Its never too late, as its still ongoing

Yiddish » דינסטאג יוני 09, 2015 10:30 pm

· #5889
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שיינע באריכט @מיין מיינונג
לאמיר האפן די אמעריקאנע חברה זאלן ליידן א מפלה

יא יא » דינסטאג יוני 16, 2015 3:31 pm

· #5944
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נאך אלס נישט געפונען וואו איך האב מיר נישט געראכטן אויף דעם ווי קען עס טאקע זיין אין אזא פארגעשריטענע וועלט ?

Yiddish » מיטוואך יוני 17, 2015 8:54 pm

· #5945
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
ווי פארגעשריטענער די וועלט ווערט אלס מער קורצקעפיג ווערן די מענטשן

value » דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:48 am

· #5946
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
A guy shot and killed 9 people in a church in south Carolina

מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:51 am

· #5947
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מען האט איהם געכאפט.
בלאט: 1 2 3 4 5