קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א

נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #257
בלאט: 1 2

נייעס » זונטאג מאי 08, 2016 6:46 pm

· #6618
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
די שטיצע פאר איין צד
און מבזה זיין די בני תורה

יא יא » זונטאג מאי 08, 2016 8:45 pm

· #6620
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ביים דרשה האט דער סאטמאר רב קלאר געזאגט אז ער נעמט נישט קיין צד

נייעס » דינסטאג מאי 10, 2016 9:55 pm

· #6625
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מען דארף זיין א טיפוש אין זעהן ווי דער בלאט טוט שוין א לאנגע צייט "פערסענעל" טשעפען די בני תורה
און דערנאך איז דער מנהיג אפיציעל אין זיינע דרשות ממשיך דער ווערסיע, און דערנאך זאגן אז מען שטייט גאר אין די זייט
ווי גענוי האט מען נישט גענימען א צד דא.

מיין מיינונג » דינסטאג מאי 10, 2016 9:59 pm

· #6628
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אויב טשעפעט מען דעם אנדערן צד בתוך כדי דיבור מיט די זעלבע באשולדיגונגען, האט מען אויסדרוקליך נישט גענומען קיין צד.

יא יא » מיטוואך מאי 11, 2016 1:44 pm

· #6629
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ווי האט די סאטמאר רב געטשעפעט די בני תורה ?

וואס האט סאטמאר רב אקעגן בני תורה חוץ דעס אז זיי זענען ציונים ? , ער האט עפעס א פרעזענליכע סכסוך מיט זיי ?

נייעס » מיטוואך מאי 11, 2016 11:19 pm

· #6630
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יא יא האט געשריבן:ווי האט די סאטמאר רב געטשעפעט די בני תורה ? אין זיין דרשה, אללע וואס טשעפען שוין עטליכע יאר די "בני תורה" מיט די ארגסטע רדיפות האבן זיך באסמאקעוועט מיט די שטעך רייד,


וואס האט סאטמאר רב אקעגן בני תורה חוץ דעס אז זיי זענען ציונים ? טאקע א ווינדערליכע מעשה דאס, ער האט עפעס א פרעזענליכע סכסוך מיט זיי ? קוקט אויס אזוי, איימיצער האט מיר געזאגט א שטיקל ביאור, אבער ס'קומט נישט דא אין די ראמען פון קרעטשמע

יא יא » דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:17 pm

· #6633
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
נו נו הוא אשר דבר די גאנצע בני תורה פארטיי'ס כלומרשטע שטעלונג איז א שטיק פאליטיק ווער האט זיך געפרייט די אנדערע פארטיי ? נו וואס איז וועגן דעם ? וועגן דעם זאל איך נישט זאגן דעם אמת ?

נייעס » מאנטאג מאי 16, 2016 9:32 am

· #6635
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אינטערסאנט אז דער אמת אויף די אנדערע צד זיכט מען עפעס נישט צו זאגן

יא יא » מאנטאג מאי 16, 2016 11:43 am

· #6637
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
טייער קינד דו האסט די דרשה נישט געהארכט און ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו רעדן אויף איינעם שלעכטס פאר דו הערסט אויס וואס יענער האט געזאגט

נייעס » מאנטאג מאי 16, 2016 1:17 pm

· #6638
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
טייערע טאטע יאך האב עס עטליכע מאל איבערגעהערט.

א שטילע איד » מאנטאג מאי 16, 2016 9:07 pm

· #6639
Re: שיינע שידוך בחצר סאטמאר
פאנטאזירער האט געשריבן:זיין טאטע האט געגרינדעד די שטעטל, און גערופן על שם אבותיו, סקוירא.
צוליב דעם איז ער געווארן אנגערופן סקווערע רבי

קיינמאל נישט גיווען רב אין קאלאראש בס"ה איז די ערשטע שטאט ווי ער האט געפירט "רעביוויסטיווע" גיווען קאלאראש.
פארקערט ווען מ'האט איהם אנגעטראגן די אוסטילא רבנות האט ער מסרב גיווען וויבאלדט אבוה"ק האבן נישט משמש גיווען ברבנות.

איבערלעבער » דינסטאג מאי 17, 2016 7:56 am

· #6641
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
שלום עליכם א שטילע איד!

א שטילע איד » דינסטאג מאי 17, 2016 10:55 am

· #6642
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
עליכם שלום אלע גוטע ברודער, מאכטס נאר נישט קיין רעש ווייל למעשה בין איך א שטילע איד.

יא יא » דינסטאג מאי 17, 2016 12:20 pm

· #6643
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
@ נייעס און דו האסט נישט געהערט ווי ער זאגט אז ביידע זענען די זעלבע רשעים ? סאמטינג ראנג

נייעס » דינסטאג מאי 17, 2016 12:59 pm

· #6647
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
א פחד א שרעק!!
מען הערט לעצטענס אסאך בשורות איוב ביי די פני הקהילה אין קהילת מהר"א מען דארף אן ערנסטער צוזאמקום אויף תשובה ותיקון המעשים והקב"ה יאמר לצרותינו די
לאמיר באמת מנה זיין די מעשים צו גיטען וועט מען רח"ל נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע שוידערליכע שמועות

נייעס » דינסטאג מאי 17, 2016 1:05 pm

· #6648
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יעצט קומט אריין די בשורה איומה אז הרה"ח רבי יצחק ראזענבערג ע"ה האט נישט איבערגעלעבט דעם דערטראנקען ווערן אין פלארידע
אזוי אויך הרה"ח רבי חיים פרנס פון קרית יואל ע"ה
הקב"ה יאמר לצרותינו די.

יא יא » דינסטאג מאי 17, 2016 1:28 pm

· #6649
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
דא איז די טאקע די פלאץ מעורר זיין צו אויפהערן רעדן לה"ר אויף אידן ובפרט אויף רבנים

מיין מיינונג » מיטוואך יוני 22, 2016 11:49 am

· #6971
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די חתונה פון בן ר"ה אשכנזי חתן האדמו"ר שליט"א מיט בת רח"י פריעדמאן אב"ד בערזאן אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.

20160622_114215.jpg
20160622_114215.jpg (79.84 KiB) געזעהן געווארן 1073 מאל
רא"מ רוקח זון פון בעלזער רבי ביי די חתונה

נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 3:16 pm

· #7037
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מהר"א האט מכתיר געווען א דיין אין מאנטיסעלא במקום רבי לייביש ט"ב ז"ל

יאהאן » זונטאג יולי 10, 2016 6:50 pm

· #7042
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
וועם האבן זיי מכתיר געווען, ווער איז די נייע דיין?

בולעטין » זונטאג יולי 10, 2016 7:15 pm

· #7043
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
איך האב געהערט איינע פון די זין האבען איבערגענימען

יאהאן » זונטאג יולי 10, 2016 11:23 pm

· #7051
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
וועלעכע זון, ווייסט איינער?

מיין מיינונג » מאנטאג יולי 11, 2016 8:55 pm

· #7072
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ר' שלום

מיין מיינונג » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:26 pm

· #8390
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
וואס זענען די פלענער וועגן א נייער ראש הקהל?

שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:05 am

· #8439
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
קוקט אויס ווי זיי קענען זיך באגיין אן א ראה"ק אויך זינט ס'איז היינט צוטאגס א טיטול אן א מיטל

שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:05 am

· #8440
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אדער קען זיין אז מענטשן האבן מורא צו נעמען דעם אמט ווייל צופיל סאטמארע ראשי הקהלה זענען לעצטענס געשטארבן

מיין מיינונג » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:27 pm

· #8476
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
א דאנק פארן דערציילן אייערע מחשבות

מיין מיינונג » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 8:11 am

· #8678
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
היינט קומט פאר א "יום התמדת התורה" אין הילטאן האטעל אין קאנטיקעט, וואו לומדי חבורת תורתך שעשועי וועלן זיך צאמקומען אין די יעצטיגע חאגע טעג און ענדיגן מסכת יבמות במסגרת חבורת תורתך שעשועי.

מיין מיינונג » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 8:25 am

· #8679
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
שבת פרשת תולדות וועט פארקומען א שבת התאחדות פאר די עלטערע בעלי בתים, פון די זעכציג און ארויף, מיט׳ן נאמען שבת "אהבת קדומים".
די התאחדות וועט פארקומען אין די קראון פלאזא האטעל אין סטעמפארד, קאנעטיקעט בהשתתפות פון דער רבי שליט"א.

האסטו געהערט אזאנס? » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:40 am

· #8716
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
נישטא קיין נייעס?

מיין מיינונג » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 1:22 pm

· #8718
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יישר כח הג״א? פאר׳ן ברענגען משקה צום טיש.

בחצרות סאטמאר האט געשריבן:
הבהרה!
אסור להעתיק תמונות ומודעות – או שום תוכן – של האימעיל בלי רשות מפורשת מאת המערכת
קלארשטעלונג!
עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער אדער סיי וואספארא אינהאלט פון אונזער אימעיל אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת

איך האף איר האט גענומען רשות

נייעס » דינסטאג יאנואר 03, 2017 3:17 pm

· #8727
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אין קרית יואל איז די קהילה זייער שארף קעגן נעמן ווידיאו ביי חתונות

מיין מיינונג » דינסטאג יאנואר 03, 2017 4:36 pm

· #8728
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אזויווי רבינו בעל ברך משה זי״ע האט אוועקגעשטעלט.

האסטו געהערט אזאנס? » זונטאג יאנואר 15, 2017 8:33 pm

· #8761
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
שמעתי שאדמו"ר מהר"א נוסע למעזשיבוש שבת מברכים סיון, למי שנותן 3,600 דאלער.

יש בזה אמת?

יא יא » זונטאג יאנואר 15, 2017 11:20 pm

· #8763
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אזוי איז באריכטעט אין דער בלאט

מיין מיינונג » מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:40 am

· #8764
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מעזיבוש.jpeg
מעזיבוש.jpeg (67.05 KiB) געזעהן געווארן 1618 מאל

האסטו געהערט אזאנס? » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:51 am

· #8765
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ותשעה באב נוסע לאוישוויץ עם כל מי שנותן 6 מיליאן?

יאהאן » מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:40 pm

· #8773
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
האסטו געהערט אזאנס? האט געשריבן:ותשעה באב נוסע לאוישוויץ עם כל מי שנותן 6 מיליאן?


זיי האבן צוריקגעצויגן פון דעם פלאן צוליב טעכנישע סיבות..

יאהאן » מיטוואך מאי 03, 2017 12:24 am

· #9274
Re: נאטיצן
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) האט גערופען אן אסיפת אקרו"ט ביי זיך אין שטוב אויף היוז סט. אין ממנה געווען הרבני הנגיד מוה"ר מאיר זעליג ריספלער ני"ו אלץ ראש הקהל דקהל יטב דסאטמאר ויה"ר שיעלה ויצליח בכל עניניו

מיין מיינונג » מיטוואך מאי 03, 2017 10:15 am

· #9277
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אפאר וואכן צוריק האט קהל אפגעקויפט א שטח אין וויליאמסבורג מיטן פלאן צו בויען דארט א נייער ביהמ"ד הגדול. דער שטח איז ביים ווינקל פון פארק עוועניו און בעדפארד עוועניו. עס פעלט זיך נאך אויס צו אפקויפן נאך דערנעבנדיגע שטחים צו קענען במציאות אויספירן די פלענער.

מפי השמועה איז דא א מיינונגספארשידנהייט צווישן די עסקני והנהלת הקהילה, צי מען זאל בויען דארטן אדער בלייבן וואו מען איז יעצט, די וואך מוצאי שבת איז פארגעקומען א מלוה מלכה אין וויליאמסבורג לכבוד דער בעפארשטייענדער ערשטער יארצייט פון הר"ר יצחק ראזענבערג ע"ה, עס איז דארטן געמאלדן געווארן אז משפחתו שיחי׳ גייען אפקויפן דעם יעצטיגן ביהמ"ד הגדול אויף הופער סטריט, וואס איז דערווייל אויף א אפגעדינגען שטח.
קול סאטמאר האט געזאגט אז דאס איז אויף ביז ווען די נייע גייט פערטיג ווערן, און אויף צו ממלא זיין רצונו פונעם רבי׳ן שליט"א אז דאס פלאץ זאל בלייבן א מקום קדוש אפילו נאכן איר איבערלאזן. ונזכה ונחיה, ונראה.

מיין מיינונג » מיטוואך מאי 03, 2017 10:24 am

· #9278
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מיין מיינונג האט געשריבן:
מעזיבוש.jpeg

די טעג פון די נסיעה דערנענטערן זיך.
נעכטן איז געמאלדן געווארן אז דינסטאג, אויפן וועג, וועט דער רבי זיך אפשטעלן, און וויילן איבערן טאג, אין אנטווערפען.

יאהאן » מיטוואך מאי 03, 2017 1:31 pm

· #9280
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אויב בויט מען אויף פארק וואס וועט זיין מיט הופפער?

מיין מיינונג » מיטוואך מאי 03, 2017 9:16 pm

· #9281
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
דאס איז די לשון פון די מעלדונג: "און גלייכצייטיג צו ערפילן רצון צדיק פון רבינו שליט"א, אז דער דאזיגער בנין וואס איז שוין איינגעזאפט מיט אזויפיל תורה עבודה וגמילות חסדים זאל פארבלייבן מיט איר קדושה לתורה ולתפילה אויך נאכן באנייען די בנין ביהמ"ד החדש והמפואר אויף בעדפארד פארק."
לערנט עס אפ וויאזוי איר ווילט...

הייליגע רויעך » מיטוואך מאי 10, 2017 9:59 pm

· #9300
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
וואס גייט זיין ריספלער'ס זשאב אויסער ארומיאגן אין שטאט מיט א טעסלא?

וויליאמסבורג » זונטאג מאי 14, 2017 3:52 pm

· #9319
לג בעומר טיש תשעז
היינט אום 5:00 בדיוק קומט פאר די שולחן הטהור פון סאטמארע רבי שליט"א אין ביהמ"ד ישמח משה קרית יואל, באופן פנימי פאר די זקני אהבת קדומים 60+ ברהמ"ז 7:00
דער רבי שליט"א וועט אי"ה ערשיינען צום מעמד הדלקה אום 7:30 נאכמיטאג, דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש לכבוד המאורע, גיסן אויל צום מדורה, דערנאך ווען די רבי שליט"א וועט אנצינדען די הדלקה וועט דער גאנצער ציבור זיך ארויסלאזן אין פייערליכע טענץ לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.

מיין מיינונג » מאנטאג מאי 15, 2017 2:43 pm

· #9326
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
למעשה איז דער רבי ערשינען ארום 8:40 און געצינדן ארום ניין אזייגער און נישט גערעדט

ביים טיש אין ישמח משה האט דער רבי פראקלאמירט א נייע חבורה פאר די עלטערע אנ""ש צו לערנען משניות על הסדר

הייליגע רויעך » מאנטאג מאי 15, 2017 10:12 pm

· #9328
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
בחינות מיט געלט אויך?

מיין מיינונג » דינסטאג מאי 16, 2017 11:50 am

· #9363
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
איך גלייב אז נישט
בלאט: 1 2