קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם חסד יבנה » גראמאטיק און אויסלייג

גראמאטיק און אויסלייג

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #449
בלאט: 1 2

BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:05 pm

· #6891
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט עס. ס'איז נישט ריכטיג.
די כלל איז די זעלבע ביי יעדע חסידות...

ריזענער חסיד
ריזענע חסידים

קאצקער חסיד
קאצקע חסידים

פאפא'נער חסיד
פאפא'נע חסידים

סקווערער חסיד
סקווירא חסידים

א.א.וו.

איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:33 pm

· #6902
Re: גראמאטיק און אויסלייג
און איך ווידערהאל, זוך אין פארצייטישע ביכער, פון די צייטן ווען מ'האט נאך גערעדט נאטירליך א קלאַסישן אידיש, וועסטו נישט טרעפן אז מ'זאל זיך באציען צו חסידים אין א מערער צאל, אָן א ריש.

שלומיאל » מיטוואך יולי 20, 2016 10:57 am

· #7282
Re: גראמאטיק און אויסלייג
וואו קען מען זוכן אין פארצייטישע ביכער? איך וויל עס נאכקוקן

איבערלעבער » מיטוואך יולי 20, 2016 8:35 pm

· #7337
Re: גראמאטיק און אויסלייג
ס'דארף נישט זיין אזוי פארצייטיש, נעם "דאס אידישע ווארט" אדער "דער אלגעמיינער" צי אפילו אן אגרת פונעם ליובאוויטשער אין אידיש.
לעצטענס איז נתפרסם געווארן א בריוו וואס ער שרייבט צו אלי וויזל ז״ל און ער רעדט דארט פון "וויזניצער חסידים".

שלומיאל » דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:45 am

· #7360
Re: גראמאטיק און אויסלייג
דער אלגעמיינער איז דאך נישט קיין אויסגעהאלטענע מאטריאל צו ליינען

יאהאן » דאנערשטאג יולי 28, 2016 7:52 pm

· #7615
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבערלעבער האט געשריבן:און איך ווידערהאל, זוך אין פארצייטישע ביכער, פון די צייטן ווען מ'האט נאך גערעדט נאטירליך א קלאַסישן אידיש, וועסטו נישט טרעפן אז מ'זאל זיך באציען צו חסידים אין א מערער צאל, אָן א ריש.

און מאן מוכיח אז זיי זענען געווען אקוראט מיט דקדוק? לויט ווי עס קוקט אויס האבן זיי געשריבן לויט ווי אזוי מען זאגט עס ארויס.

איבערלעבער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 8:28 pm

· #7619
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איך פארשטיי אייך נישט, אויב זענט איר מודה אז מ'האט אייביג אזוי גערעדט, וואס איז שייך דן צו זיין אויב ס'איז אויסגעהאלטן גראמאטיש?

בר מן דין, האב איך מציין געווען צום אלגעמיינער און דאס אידישע ווארט, ביידע פארמאגן א גרעסערע אויטאריטעט ווי די היינטיגע אומגעלערנטע אידישע שרייבער.

יאהאן » דאנערשטאג יולי 28, 2016 8:40 pm

· #7623
Re: גראמאטיק און אויסלייג
אויף דיין ערשטע שאלה יש שתי תשובות בדבר:
1 דאס אז מ'האט דאן אזוי גערעדט מיינט נישט אז מ'האט 'אייביג' אזוי גערעדט, דאס טוישט זיך מיט יעדע דור כידוע.
2 אפי' מ'האט יא אלעמאל אזוי גערעדט מיינט ווייטער נישט אז באמת איז דאס ריכטיג, ווייל מענטשן רעדן נישט ווי מען שרייבט עס ע"פ די ריכטיגע אויסלייג, אסאך ווערטער ווערן ליבערשט געזאגט ווי אזוי עס איז 'גרינג' ארויסצוזאגן.

מיט דיין צווייטע פאונט בין איך פלעין מחולק...

איבערלעבער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 9:12 pm

· #7640
Re: גראמאטיק און אויסלייג
און איך בין מחולק מיט דיינע דריי פונקטן.

איך האב געברענגט א הוכחה.
יעצט ליגט אויף דיר צו ברענגען א פארלעסליכער מקור אויף פארקערט.

מאנכע שרייבן 'רעפאבליקאנע' דעלעגאטן,
דאס קען מען דאך בודק זיין אז אויף דויטש שרייבט מען 'רעפאבליקאנער' דעלעגאטן.

ס'איז א טעות צו מיינען אז דער ריש פאלט אויטאמאטיש אוועק ביי א מערצאל.
בלאט: 1 2