קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם חסד יבנה » גראמאטיק און אויסלייג

גראמאטיק און אויסלייג

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #449
בלאט: 1 2

איבערלעבער » זונטאג מערץ 01, 2015 7:35 pm

· #4674
גראמאטיק און אויסלייג
דער נושא פון גראמאטיק און אויסלייג, איז א ברייטער. דא וויל איך אנהייבן אן אשכול פאר שאלות און תיקונים אין קורצען. ד''ה אויב איינער האט א ספק אויף א געוויסע ווארט קען ער דא פרעגן, אזוי? צי אזוי? אדער אויב איינער זעהט ביי א צווייטען אן איינגנ'חזר'טן טעות קען ער דא פאררעכטן דורך שרייבן, אזוי, נישט אזוי.

די אויסגע'פסק'נטע ווערטער וועל איך דא לייגן:
אויטאמאטיש
געענטפערט
וויפיל
צווינגען
צווישן

איבערלעבער » זונטאג מערץ 01, 2015 7:39 pm

· #4675
Re: גראמאטיק און אויסלייג
צווישען, אדער צואווישען, צוווישן?
גענטפערט, אדער געענטפעעט?

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 01, 2015 8:26 pm

· #4676
Re: גראמאטיק און אויסלייג
צווישן, אין ערגסטן פאל צווישען (ווענדט זיך צו דו שרייבסט אידען אדער אידן ועוד).
די אנדערע וואס דו שרייבסט איז מוטעה לגמרי, די צ' איז נישט קיין מלאופים סאונד.

געענטפערט.
אויב וויל מען שרייבן מיט איין ע' דארף מעם שרייבן ג'ענטפערט.

טעכנעלאגיע » זונטאג מערץ 01, 2015 8:52 pm

· #4679
צווישען און אידען זענען נישט אויסגעהאלטן.
מ'שרייבט נאר אן עי"ן ווען די אות פארדעם איז א מ"ם, נו"ן, אדער נו"ן גימ"ל.

איבערלעבער » מאנטאג מערץ 02, 2015 3:32 pm

· #4685
Re: גראמאטיק און אויסלייג
צווינגן/צוואונגן?
וויפיל /וויפול?
וויאהין/וואואהין?

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 02, 2015 4:09 pm

· #4692
Re: גראמאטיק און אויסלייג
1) צווינגען (מיט א י' און א ע').
2) וויפיל, פול איז נישט אסאך נאר ווען א זאך איז פול.
3) איך מיין אז די ווארט איז נישט געמאכט צו שרייבן... עס איז נאר אזא אויסדרוק אבער נישט קיין אמת'ע ווארט

בולעטין » דינסטאג מערץ 03, 2015 9:24 am

· #4705
Re: גראמאטיק און אויסלייג
א דאנק אייך עס קומט מיר צוניץ אזא אשכול

באניצען? באניצן?
שפריצען? שפריצן?
טיילען? טיילן?

מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 03, 2015 9:28 am

· #4707
Re: גראמאטיק און אויסלייג

מיין מיינונג » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:09 am

· #6025
Re: גראמאטיק און אויסלייג
עס איז מער א שאלה אין אויסשפראך ווי אין שפראך, אבער כאן מצא את מקומו.

דער הייליגער שר שלום זי"ע איז געווען דער ערשטער פון די רביים פון די בעלזא גזע, זיין זוהן ר' יושע'לע האט לאחר פטירתו ממלא געווען מקום אביו, לאחר פטירתו האט זיין זוהן ר' ישכר דוב זי"ע ממלא מקומו געווען.

יעצט איז מיין שאלה, ר' ישכר דוב קען ווערן אנגערופן אלס ממלא מקום פונעם שר שלום, אדער ניין, נאר ער איז דער ממלא מקום פון ר' יושע'לע וואס האט ממלא געווען מקום השר שלום (אויף אידיש, ער איז טאקע געזיצן אויף דער שר שלום'ס פלאץ, אבער ממלא געווען זיין פלאץ האט ר' יושע'לע)?

איבערלעבער » דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:14 pm

· #6322
Re: גראמאטיק און אויסלייג
ממלא מקום הייסט ער נישט, אבער יושב על כסאו יא. (אזוי ווי דו האסט טאקע געשריבן צום סוף).

בולעטין » דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:28 pm

· #6323
Re: גראמאטיק און אויסלייג
אדער קען מען רופן ממשיך שושילתא קדישא

אזוי ווי היינט אין באבוב איז שווער אויף ביידע צו שרייבען ממלא מקום
אבער ממשיכי שושילתא יא

איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:31 am

· #6341
Re: גראמאטיק און אויסלייג
אוטאמאטיש/אויטאמאטיש?

נייעס » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 7:03 pm

· #6347
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבערלעבער האט געשריבן:אוטאמאטיש/אויטאמאטיש?

אויטאמאטיש

איבערלעבער » מיטוואך פעברואר 24, 2016 10:57 am

· #6426
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבריג/איבעריג?

איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 9:07 pm

· #6427
Re: גראמאטיק און אויסלייג
פרייליך/פריילעך?
גליקליך/גליקלעך?
קינדערליך/קינדערלעך?

איבערלעבער » דאנערשטאג מערץ 03, 2016 7:42 pm

· #6445
Re: גראמאטיק און אויסלייג
אינטרעסירט/אינטערסירט/אינטערעסירט?

איבערלעבער » דינסטאג מערץ 08, 2016 9:28 am

· #6477
Re: גראמאטיק און אויסלייג
דעמאלטס/דעמאלט/דעמאלס?

איבערלעבער » דינסטאג מערץ 08, 2016 4:04 pm

· #6489
Re: גראמאטיק און אויסלייג
מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

יאהאן » דינסטאג יוני 07, 2016 12:13 am

· #6730
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבערלעבער האט געשריבן:איבריג/איבעריג?

איבריג

יאהאן » דינסטאג יוני 07, 2016 12:15 am

· #6731
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבערלעבער האט געשריבן:פרייליך/פריילעך?
גליקליך/גליקלעך?
קינדערליך/קינדערלעך?

פרייליך
גליקליך

קינדערלעך (קינדערליך מיינט קינדיש (אגב: קינדעריש איז נישט ריכטיג) 'יך' שטעלט פאר א מצב.)

יאהאן » דינסטאג יוני 07, 2016 12:16 am

· #6732
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבערלעבער האט געשריבן:דעמאלטס/דעמאלט/דעמאלס?

דעמאלט

יאהאן » דינסטאג יוני 07, 2016 12:17 am

· #6733
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבערלעבער האט געשריבן:אינטרעסירט/אינטערסירט/אינטערעסירט?

אינטרעסירט

יאהאן » דינסטאג יוני 07, 2016 12:18 am

· #6734
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איבערלעבער האט געשריבן:מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

נישט ריכטיג.
סאטמארע חסידים (לשון רבים)
ער איז א סאטמארער (לשון יחיד)

איבערלעבער » דינסטאג יוני 07, 2016 6:01 pm

· #6750
Re: גראמאטיק און אויסלייג
יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

נישט ריכטיג.
סאטמארע חסידים (לשון רבים)
ער איז א סאטמארער (לשון יחיד)

מהיכן דנתני? ווען מ'רעדט פון שטעט וכדו' בלייבט דער ריש.

יאהאן » דינסטאג יוני 07, 2016 10:02 pm

· #6751
Re: גראמאטיק און אויסלייג
יא דאס איז ריכטיג אז ווען מען רעדט פון א לאנד/שטאט איז נישט דא די כלל פון יחיד/רבים, אבער ווען מען רעדט פון א "סאטמערער" מיינט עס נישט דאס זענבע ווי א "אנגארישער"... מען מיינט די חסידות נישט די לאנד, הגם די חסידות טראגט א נאמען נאך די שטאט, אבער מען ניצט עס נישט צו רעדט פון די שטאט, און אין פאל ווען מען מיינט יא די שטאט זענט איר גערעכט.

איבערלעבער » מיטוואך יוני 08, 2016 8:00 pm

· #6763
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איך הער, אבער פארוואס טאקע זאל מען מחלק א חסידות און א שטאט?
ועוד, כמדומני שבלשון המדוברת זאגט מען יא ביי א רבים סאַטמאַרער בעלזער וכדו'. (באמת זאגט מען אויך בעלזערס, אבער דאס איז שוין מסתמא בהשפעת ענגליש.)

יאהאן » מיטוואך יוני 08, 2016 9:04 pm

· #6765
Re: גראמאטיק און אויסלייג
פארוואס מען זאל מחלק זיין? ווייל עס איז צוויי באזונדערע זאכן... די 'חסידות' טראגט די נאמען פון די 'שטאט', אז איר הייסט נאר אייער זיידע וועט מען שרייבן אויף אייך "הישיש"?... ניין עס איז נישט די זעלבע... אבער די פאונט איז דאס.

לשון מדברת איז א קנאפע ראי' אויף ווי אזוי מען דארף זאגן א ווארט, כידוע ומובן...

איבערלעבער » מיטוואך יוני 08, 2016 9:28 pm

· #6766
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איך ווייס עס איז נישט די זעלבע, מיין פראגע אבער איז, מהיכא תיתי אז טעמא דדא ודא לאו חד היא?

אז דו קענסט נישט זאגן פון א קלארע כלל אנדערש, איז לשון המדוברת יא א שטיקל ראַיה.
ועוד, איך האב שוין געליינט אסאך פארצייטישע ביכער, און איך געדענק נישט צו האבן געליינט פון קאצקע חסידים נאר בלויז פון קאצקער חסידים וכדומה.

BeeTee » דינסטאג יוני 14, 2016 4:28 pm

· #6802
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:צווישען און אידען זענען נישט אויסגעהאלטן.
מ'שרייבט נאר אן עי"ן ווען די אות פארדעם איז א מ"ם, נו"ן, אדער נו"ן גימ"ל.


אויך ביי נו"ן קו"ף.
ביי למ"ד איז די כלל אז מען לייגט צו אן עי"ן אויב עס איז נישט דא א וואקאל פאר די consanant פאר דעם.
למשל: וועלן, און בעטלען

מיין מיינונג » דינסטאג יוני 14, 2016 8:42 pm

· #6817
Re: גראמאטיק און אויסלייג
יעצט זיי אזוי גוט און זאג וואס וואקאל און קאנסאנאנט מיינען :oops:

BeeTee » מיטוואך יוני 15, 2016 4:43 pm

· #6849
Re: גראמאטיק און אויסלייג
וואקאל- vowel
א, יי, ע, וי, ו, י
a, e, i, o, u
אלע אנדערע אותיות הייסן consonants.

BeeTee » מיטוואך יוני 15, 2016 4:56 pm

· #6851
Re: גראמאטיק און אויסלייג
יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:פרייליך/פריילעך?
גליקליך/גליקלעך?
קינדערליך/קינדערלעך?

פרייליך
גליקליך

קינדערלעך (קינדערליך מיינט קינדיש (אגב: קינדעריש איז נישט ריכטיג) 'יך' שטעלט פאר א מצב.)


נישט ריכטיג.
פריילעך
גליקלעך

BeeTee » מיטוואך יוני 15, 2016 4:59 pm

· #6852
Re: גראמאטיק און אויסלייג
יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:אינטרעסירט/אינטערסירט/אינטערעסירט?

אינטרעסירט


אויב אינטערעסירט קומט פון interested, שרייבט מען עס ווי איך האב פריער דערמאנט.

יאהאן » מיטוואך יוני 15, 2016 5:29 pm

· #6854
Re: גראמאטיק און אויסלייג
בי טי, איי דיסעגרי מיט דיינע ביידע תגובות.

BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:10 am

· #6860
Re: גראמאטיק און אויסלייג
האסטו זיך בכלל געלערנט אידיש גראמאטיק?

איך האב יא.

BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:13 am

· #6861
Re: גראמאטיק און אויסלייג
יאהאן האט געשריבן:בי טי, איי דיסעגרי מיט דיינע ביידע תגובות.


אין אידיש איז מיין ניק בִּתִּי.

מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 12:40 pm

· #6867
Re: גראמאטיק און אויסלייג
איך האב געמיינט אז עס איז א ר"ת (וואס איז געווארן א סלענג), BT

יאהאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:28 pm

· #6868
Re: גראמאטיק און אויסלייג
BeeTee האט געשריבן:האסטו זיך בכלל געלערנט אידיש גראמאטיק?

איך האב יא.

געלערנט ממש נישט, אבער איך האב געטון דערין (גאר) אסאך.

מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:34 pm

· #6870
Re: גראמאטיק און אויסלייג
וואו קען מען לערנען אידיש?

BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:36 pm

· #6871
Re: גראמאטיק און אויסלייג
אין סקול אין 3טע קלאס?

מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:40 pm

· #6872
Re: גראמאטיק און אויסלייג
אין חדר האב איך געלערנט, שוין איינמאל! איך געדענק אבער נישט אז מען זאל אויסלערנען די ווערטער וואס האסט אויבן דערמאנט. אפשר אין סקול איז אנדערש

BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:42 pm

· #6873
Re: גראמאטיק און אויסלייג
עפעס דארף מען וויסן אויב מען לערנט אידיש פאר 4 שעה יעדן טאג...

יאהאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:59 pm

· #6874
Re: גראמאטיק און אויסלייג
ביטי, איינער וואס קען אידיש גראמאטיק נאר פון דריטע קלאס איז לכאורה נישט צו גוט אין גראמאטיק...

BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:19 pm

· #6876
Re: גראמאטיק און אויסלייג
*בתי

איך בין נישט קיין דראפ אוט.
כ'האב א דיפלאומא...

איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:24 pm

· #6877
Re: גראמאטיק און אויסלייג
ס'איז א מחלוקת הפוסקים. די יידישיסטן שרייבן גליקלעך, אנ״ש שרייבן גליקליך, וואס דאס איז דער טראדיציאנעלער אויסלייג באזירט אויף דויטש.

איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:42 pm

· #6879
Re: גראמאטיק און אויסלייג
לגבי אינטרעסירט, דאס אמאל איז זיכער אז אזוי ווערט עס גערעדט, אבער לגבי שרייבן האב איך שוין געזען פארשידענס.
לכאורה ווענדט זיך עס אויב ס'שטאמט פון אינטרעסאנט, צי פון אינטערעסע.

איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:47 pm

· #6881
Re: גראמאטיק און אויסלייג
און וואס זאגן די מבינים לגבי ׳פאראינטערעסירט׳?
איז עס אפהענגיק אין אינטרעסירט, צי דא איז יעדער מודה אז ס'קומט מיט צװײ עינ׳ס?

איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:52 pm

· #6882
Re: גראמאטיק און אויסלייג
יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

נישט ריכטיג.
סאטמארע חסידים (לשון רבים)
ער איז א סאטמארער (לשון יחיד)

@ביתי, וואס זאגסטו?

BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:42 pm

· #6888
Re: גראמאטיק און אויסלייג
סאטמארער חסיד,
סאטמארע חסידים.
די רי"ש צום סוף מאכט עס יחיד, א.וו. יאהאן האט דערמאנט.

פארוואס האבן ענק זיך פארלייגט אויף סאטמאר?

איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:55 pm

· #6889
Re: גראמאטיק און אויסלייג
און וואס זאגסטו אויף דעם?

איבערלעבער האט געשריבן:איך ווייס עס איז נישט די זעלבע, מיין פראגע אבער איז, מהיכא תיתי אז טעמא דדא ודא לאו חד היא?

אז דו קענסט נישט זאגן פון א קלארע כלל אנדערש, איז לשון המדוברת יא א שטיקל ראַיה.
ועוד, איך האב שוין געליינט אסאך פארצייטישע ביכער, און איך געדענק נישט צו האבן געליינט פון קאצקע חסידים נאר בלויז פון קאצקער חסידים וכדומה.


האסט שוין געהערט פון ריזשינע חסידים? איך ווייס נאר פון ריזשינער חסידים.
בלאט: 1 2