קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » דער קרעטשמע • מעלדונג

דער קרעטשמע • מעלדונג

101 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 126 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #588
בלאט: 1 2 3

שלומיאל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:49 pm

· #7873
Re: מוסד חכמת לב
ב"ה וכן יעזור גם להלאה

נייעס » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:34 pm

· #7874
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:ווי ס'זעיט אויס האבן בה די באקאנטע אומפארגינער און שלעכטע מענטשן נישט געקענט אויספירן זייערע פינסטערע פלענער זיך נוקם צו זיין אין זייערס א שונא
כרחמיו וכרוב חסדיו הגדיל לנו ד' יעזור גם מכאן ולהבא


איז דאך גיט
פארוואס הערט מען אז די נייע מוסד ווערט טערארזירט און שאנטאזירט נישט צולאזען עפענען די נייע מיידל שילע

יא יא » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:00 pm

· #7878
Re: מוסד חכמת לב
מ'הערט טאקע נישט

עסקן » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:17 pm

· #7895
Re: מוסד חכמת לב
עס קימט ארויף אין געדאנק דער פרשה

די ספרדי'שע ת"ת די ספרדישע ת"ת "רבינו יואל" איז ווי באקאנט אן המשך צו
די תלמוד תורה לילדי בוכארה והספרדים וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט
געהייסן האט באאויפטראגט און באפוילן פאר הרה"ג החסיד ר' בן ציון
יאקאבאוויטש שליט"א דער דעמאלטיגער מנהל המוסדות צו גרינדען אין בני ברק
און אנהייב די ל' יארן ווען עס זענען דעמאלץ ארויפגעקומען א גרויסער
נומער פון אידן פון די שטעט. די היסטאריע פון די מסירת נפש וואס דער רבי
זי"ע האט געהאט פאר די מוסדות און צוגאב די פילע פעולות כבירות וואס
הרה"ג ר' בן ציון יאקאבווויטש שליט"א מיט זיין געטרייע הנהלה האט געהאט
פאר די מוסדות און פאר די קינדער איז באשריבן און באריכטעט ברייט בספרו
הנהדר פון הרה"ג ר' בן ציון שליט"א "זכור ימות עולם" חלק ד'. עס דארף
שטארק באטאנט ווערן די בייהילפיגקייט פונעם לענגאדארער מנהל פון מוסדות
יטב לב בארה"ק הרב החסיד המפורסם ר' שלמה גפן ע"ה וואס האט געשאפט גרויסע
סומעס געלט צו אויפהאלטן די הייליגע קינדער די אודים מצולים, אז זיי זאלן
נישט אריינפאלן און די ציפורני הרשעים אינערהאלב די נעגל פון די
ציוניסטישע "סוכנות", און זאלן ח"ו געשיקט ווערן אינערהאלב די פרייע
"קיבוצים", און אז עס זאל ח"ו נישט פאסירן מיט זיי וואס עס האט פאסירט
מיט די מאראקא קינדער, וועלכע - ווי יעדער ווייסט - האט עס געקאסט דאס
געזונט פאר רביה"ק זי"ע.

דער "מוסד רבינו יואל לילדי בוכארה" ווי עס פלעג אנגערופן ווערן, האט
געשאפן גרויס נחת רוח פאר'ן רבי'ן ז"ל לעת זקנתו, און ער פלעג דערפון
רעדן און זייער אסאך געלעגענהייטן.

יא יא » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:37 pm

· #7957
Re: מוסד חכמת לב
הלוואי וואלט מען היינט אויך אזוי געטאן ווי איידער הנאה צו האבן פון די טמאנע געלטער פון די שלטון הרשע וואס כח הפועל בנפעל

איז צען אנשטאט דעם געגאנגען און אריינגעשטאכען א מעסער אינעם רוקן פונעם דברי יואל זי"ע ועכ"י און געטון דוקא קעגן דעם וואס ער האט אלס לוחם געווען

א חרפה און א בושה

נייעס » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:04 pm

· #7982
Re: מוסד חכמת לב
@יא יא עס איז גרויסע צרות פאר די וואס האבען געפענט א טעלעפאן צו באשמיצען די וואס עפענען דעם שילע קעגן חכמת לב
די הנהלת העדה החרדית שטיצט עפנטליך די הקמת מוסד החדש און די צוויי גיגאנטישע חלוקות פין חינוך הטהור גייט זיי שטיצען עפנטליך, מגביתים וועלן פארקומען איבער די וועלט פאר די נייער מוסד, א שאאד מען האט זיך אריינגעלייגט אין אזא נארישע סומאטוכע, קריכט אראפ פינעם הויכען בוים.

יא יא » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:12 pm

· #7985
Re: מוסד חכמת לב
זיי מסביר וואערע האטליין רעדסטו ?

יא יא » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:13 pm

· #7986
Re: מוסד חכמת לב
וואס האלט די עדה החרידית לגבי די מוסד חכמת לב ?

נייעס » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:16 pm

· #7989
Re: מוסד חכמת לב
די עדה החרדית שטיצט די נייע מוסד
der yid.docx
(248.52 KiB) געדאונלאודט 13 מאל

נייעס » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:41 pm

· #7991
1איד.jpg
1איד.jpg (181.93 KiB) געזעהן געווארן 845 מאל

נייעס » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 3:13 pm

· #7993
על טהרת החינוך -  חכמת לב.jpg
על טהרת החינוך - חכמת לב.jpg (253.07 KiB) געזעהן געווארן 836 מאל

יא יא » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 5:22 pm

· #7994
Re: מוסד חכמת לב
איך זעי נישט דא קיין הנהלת עדה החרידית איך זעי דא אפאר רבנים וואס זוכן נקמה

נייעס » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:45 pm

· #7998
Re: מוסד חכמת לב
חכמת לב מחאה אלי.pdf
(116.32 KiB) געדאונלאודט 33 מאל

נייעס » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:28 pm

· #8030
Re: מוסד חכמת לב
ka h.jpg
ka h.jpg (109.34 KiB) געזעהן געווארן 744 מאל

מיין מיינונג » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:45 pm

· #8057
Re: מוסד חכמת לב
ווער האט עפעס קעגן קרן הצלה פושקעס, און וואס האט דאס מיט חכמת לב?

שלומיאל » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:28 pm

· #8061
Re: מוסד חכמת לב
דער וואס האט עס געטון האט זיכער נישט קיין חכמ"ת לב

@נאריש

בולעטין » זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:26 pm

· #8103
Re: מוסד חכמת לב
מיין מיינונג האט געשריבן:ווער האט עפעס קעגן קרן הצלה פושקעס, און וואס האט דאס מיט חכמת לב?

קרן הצלה איז מחליט פארוועם מען געט געלט שטיצע

שלומיאל » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:19 am

· #8111
Re: מוסד חכמת לב
און ווער איז דער מחליט אינערהאלב קרן הצלה?

נייעס » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:37 pm

· #8121
Re: מוסד חכמת לב
די רבנים און הנהלת המוסד.

יא יא » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:58 pm

· #8168
Re: מוסד חכמת לב
עפעס האט מיר איינער צוגעוויזן א אימעיל וואס ער האט באקומען מיט א בריוו פון רבנים פון עדה החרידית ווי זיי שטייען צו , צו די צוגעקומענע הנהלה וואס וועלן ארבעטן ווייטער צוזאמען מיט ר' אלתר קען איינער צוברענגען די בריוו

עסקן » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:38 pm

· #8196
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:עפעס האט מיר איינער צוגעוויזן א אימעיל וואס ער האט באקומען מיט א בריוו פון רבנים פון עדה החרידית ווי זיי שטייען צו , צו די צוגעקומענע הנהלה וואס וועלן ארבעטן ווייטער צוזאמען מיט ר' אלתר קען איינער צוברענגען די בריוו


דער קונטרס מיט דאקומענטן וואס צייגט קלאר וואס עס האט פאסירט מיט מוסד חכמת לב האט יענער נישט געוויזן?

יא יא » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:08 pm

· #8197
Re: מוסד חכמת לב
ניין

אפשר ברענגסטו עס צו ? יישר כח פון פאראויס

נייעס » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:57 pm

· #8203
Re: מוסד חכמת לב
דער פסק הלכה
פסק הלכה.jpg
פסק הלכה.jpg (159.89 KiB) געזעהן געווארן 635 מאל

יא יא » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:01 pm

· #8204
Re: מוסד חכמת לב
פורים אינדערוואכן

שולדיג זענען אט די רשעים וואס זיי האבן אריינגעברענגט די גאנצע עדה אין זייער געמיינע פאליטיק

נייעס » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:53 pm

· #8205
Re: מוסד חכמת לב
עס קיקט אויס זייער קלאר
די פסק איז געווען זייער קלאר קעגן די וואס האבן גענימען געלט
קוקט אויס מען האט געוואלט פארמיידען א בית שמש קריגעריי האט מען עס ארויסגעגעבן אויף א אופן ווי עס זאל נישט ווידער אויסברעכן קריג צווישן די רב העדה החרדית מיט די אנדערע.

יא יא האט געשריבן:פורים אינדערוואכן


אפשר ביי ענקערע חברה איז פורים
אבער די בילד איז זייער קלאר דא.

יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:41 am

· #8206
Re: מוסד חכמת לב
נו דאס מיינט דאך די פסוק פורים אינדערוואכן ביי יעדע זאך גייט זיין צוויי די סקרוקים הרשעים און די נארמאלע מענטשן

ס'דארף צו הייסן אז רוב טאטעס האבן צוריק געשיקט זייערע קינדער צו חכמת לב דאס רעדט פאר זיך אליין....................

נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:47 pm

· #8211
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:
ס'דארף צו הייסן אז רוב טאטעס האבן צוריק געשיקט


וואס מיינט ס'דארף צו הייסען?
וואס איז אמת?

מיין מיינונג » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:12 pm

· #8212
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:נו דאס מיינט דאך די פסוק פורים אינדערוואכן ביי יעדע זאך גייט זיין צוויי די סקרוקים הרשעים און די נארמאלע מענטשן

קול סאטמאר זאגט חי וקיים אז בד"ץ העה"ח האט געפסקנט לטובת דער מנהל, ר׳ יהושע ראזענבערגער, א חבר הבד"ץ, זאגט אז בי"ד האט געפסקנט קעגן די מנהל.
יא יא זאגט אז איינע פון די צדדים איז "סקרוקים הרשעים" און די צווייטע איז "נארמאלע מענטשן". ווער איז וואס?

יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:42 pm

· #8213
Re: מוסד חכמת לב
נייעס האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:
ס'דארף צו הייסן אז רוב טאטעס האבן צוריק געשיקט


וואס מיינט ס'דארף צו הייסען?
וואס איז אמת?


איך ווייס נישט איך בין נישט דארט געווען אין בית חנוך צו קענען וויסן אבער דעס איז כפי מיעוט ידיעתי אז א שיינע רוב איז געבליבען אין אלטן מוסד על אף די בנוחכות דרשה

יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:45 pm

· #8214
Re: מוסד חכמת לב
מיין מיינונג האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:נו דאס מיינט דאך די פסוק פורים אינדערוואכן ביי יעדע זאך גייט זיין צוויי די סקרוקים הרשעים און די נארמאלע מענטשן

קול סאטמאר זאגט חי וקיים אז בד"ץ העה"ח האט געפסקנט לטובת דער מנהל, ר׳ יהושע ראזענבערגער, א חבר הבד"ץ, זאגט אז בי"ד האט געפסקנט קעגן די מנהל.
יא יא זאגט אז איינע פון די צדדים איז "סקרוקים הרשעים" און די צווייטע איז "נארמאלע מענטשן". ווער איז וואס?


כפי מיעוט ידיעתי האט נאך די עדה החרידית נישט ארויסגעגעבן אפיציעיל גארנישט ס'איז נאר וואס איינע פון די חברים האבן געזאגט בנוחכות הגאבד דער גאבד אליין האט נאך גארנישט געזאגט ברבים

וואס עס די אמת ווייס איך נישט אבער מיט וויפיל איך פארשטיי מיט מיין קליינע שכל דארף די גאנצע בנוחכות א הסבר

נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:49 pm

· #8215
Re: מוסד חכמת לב
פארוואס דארף די בנוחכת א הסבר ?

עס איז פשוט אז על אף רוב בית דין איז מחליט לאיסור
קימען נאך פארשידענע גורמים אריין אין דרייען אן שטערונגען
ווי עס איז באקאנט נאך די פסק אין ב"ש

סא עס איז גאנץ קלאר אז די בית דין האט זייער קלאר ארויסגעזאגט זייער פסק, על אף פין דארט און ווייטער האבן זיך אריינגעריקט גורמים צו שטערן

די מערסטע קענסטי דאך זעהן ווי דער חינוך הטהור ליין האט אראפגענימען נאך א שטיק צייט אסאך ווערטער פין ר' ש. פ. וואס האט זייער קלאר ארויסגעבערנגט די מצב ווי פארשידענע גרומים שטייען און שטערן פין ווייטער אויספירן די הוראת הבית דין.

יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:45 am

· #8237
Re: מוסד חכמת לב
בקיצור דו טענהסט אז די הסבר איז גורמים

און אנדערע זאגן אז די הסבר איז עפעס אנדערש

מיט וואס ביסטו שטערקער אז איך זאל אפקויפן אז די הסבר איז גורמים מילא איז אטאמאטיש קלאר דער פסק אזוי און אזוי אפשר זענען יענע גערעכט

נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:33 pm

· #8252
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:
מיט וואס ביסטו שטערקער אז איך זאל אפקויפן אז די הסבר איז גורמים מילא איז אטאמאטיש קלאר דער פסק ...


אז א חבר הבית דין שטעלט זיך ארויס בריש גלי בפני הבית דין און זאגט אז דאס איז דער פסק הבית דין ווייזט זייער קלאר וואס די אמיתות המציאות איז דא.

נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:51 pm

· #8262
Re: מוסד חכמת לב
וויכטיג צו דערמאנען דא:
l viewtopic.php?p=4915#p4915 l


דער איד1.jpg
דער איד1.jpg (19.37 KiB) געזעהן געווארן 930 מאל

מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:04 pm

· #8286
Re: מוסד חכמת לב
חסדי ה'.pdf
(178.29 KiB) געדאונלאודט 19 מאל

נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:26 pm

· #8289
Re: מוסד חכמת לב
פשוט ליגענט
80 פראצענט קינדער זענען נישט ביי זיי אין מוסד
עס איז א בושה פאר קהילת מהר"א אז דאס איז זייער חאגעס
וועמענס קאפ די נארישע מהלך איז ווייסעך נישט [אויב ס'בכלל דא עפעס א קאפ דערין..]

יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:35 pm

· #8296
Re: מוסד חכמת לב
גראדע הער איך אז ס'איז יא אמת און א שטארקע רוב איז געבליבען ביי די אלטע מוסד און זיך נישט געלאזט אנהעצן מיט אלע לשון הרע'ס

לגבי קהלת מהר"א איז דאך פשוט מ'מיינט דאך נאר זיי די גאנצע עבירה פון ר' אלטר איז ווייל ער שטעלט זיך צו צו ר' אהרן על אפם וחמתם פון די רשעים

יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:40 pm

· #8297
Re: מוסד חכמת לב
נייעס האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:
מיט וואס ביסטו שטערקער אז איך זאל אפקויפן אז די הסבר איז גורמים מילא איז אטאמאטיש קלאר דער פסק ...


אז א חבר הבית דין שטעלט זיך ארויס בריש גלי בפני הבית דין און זאגט אז דאס איז דער פסק הבית דין ווייזט זייער קלאר וואס די אמיתות המציאות איז דא.


דעס אז רוב עלטערן האבן זיך ווייניג צוקראצט פונעם חבר הבי"ד און דאס אז די אב בית דין אליין איז שטול און דעס אז ביי א שיין טייל כלל ישראל איז די גאנצע דרשה פונעם חבר הבי"ד מוטל בספק וואס דאס באדייט אז אפשר קומט דאס פון גורמים איז ידים מוחיכות צום ווארהייט פון די זאך

נייעס » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:07 pm

· #8310
Re: מוסד חכמת לב
געהאנגען בחוצות העיר

שלומיאל » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:59 am

· #8324
Re: מוסד חכמת לב
דאס איז שארף!

יא יא » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 9:56 pm

· #8367
Re: מוסד חכמת לב
פארוואס געט די עדה נישט ארויס זייער פסק הדבר הזה אומר דרשוני

נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:03 pm

· #8394
Re: מוסד חכמת לב
די זאך איז שוין אויסגע'דרשנט
ווער עס פארשטייט פארשטייט
און ווער עס וויל נישט איז נישט.

יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:35 pm

· #8405
Re: מוסד חכמת לב
איך פארשטיי עס זייער גוט און מ'דארף מאכן א ברכה בשם ומלכות אז די אנשי רשע בתוך העדה האבן ביי די פרשה געכאפט א היכיגן פראסק און זענען געבליבען מיט עפעס א בנוכחת דרשה און מיט דעם גייט מען יעצט טריאומפירן

ברוך הוא אלוקינו

נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:41 pm

· #8406
Re: מוסד חכמת לב
א מוסד וואס האט זיך געגרינדעט פין איין וואך אויפען צווייטן מיט א הצלחה פין אריבער 200 קינדער
אלעס צוליב נישט וועלן אנהאלטען די שייכות מיט א מוסד וואס איז געווען תחת תקציבי השלטון איז נישט אוועקצומאכן.
איך גלייב אז יעדער איינער איז העכסט צופרידן מיט די בשורה מרנינה אז די מוסד האט ב"ה נישט געקענט ווייטער פארדעקן די בגידה הנוראה.

מיין מיינונג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:12 pm

· #8409
Re: מוסד חכמת לב
אין חכמת לב האבן געלערנט מער פון טויזנט מיידלעך?

יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:09 pm

· #8410
Re: מוסד חכמת לב
ווער האט פראבירט צו פארדעקן ?

די נייע מוסד איז טאקע אפשר ווערט א באגריסונג אבער דעס אז די גאבד און די עדה איז דא בה נישט אריינגעשלעפט געווארן אין די געמיינע מעשים פון די יעניגע אויף דעם דארף מען טאנצן אין די גאסן

נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:09 pm

· #8418
די פסק הלכה האט אין בי"ד געלויטעט אז די הנהלה טאר נישט ממשיך זיין
צוליב די אי ציות לדינא האט זיך א נייע שולע געגרינדעט
די בית דין איז געקימען געבן זייער שטיצע דערויף געלויבט השי"ת
די וואס זענען נישט מחזק די נייע מוסד האבן געוויסט נישט צו קומען.

יא יא » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:54 am

· #8431
Re: מוסד חכמת לב
אפשר טוסטו א טובה און דו ברענגסט אהער די פסק בי"ד

שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:58 am

· #8434
Re: מוסד חכמת לב
איך האב באמערקט אז דא אין קרעטשמע איז די איינציגסטע פלאץ ווי פרשת חכמת לב ווערט געהעריג ברייט געדעקט מיט אלע נייעס און באריכטן ארום איר

יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:29 pm

· #8445
Re: מוסד חכמת לב
ווייל דא איז די איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען נארמאל שמועסן ווי ערוואקסענע ברואים... אפי' ווען די רעדע איז פון האקעלע נושאים.
בלאט: 1 2 3