האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #605
האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
אין די לעצטע טעג איז מיר נולד געווארן א שאלה וואס איך וויל מיטטיילן מיט די חבירים און הערן די דעת הקהל.
שוין א שטיק צייט וואס "דער קרעטשמע" האט זיך געעפנט מיטן ציל צו געבן א פלאטפארמע און א געשמאקע ארט פאר ערליכע אידן מיט ריינע אנטשויאינגען און מיינונגען צו שמועסן און פארברענגען, אן זיך דארפן זארגן אז נאכן שרייבן א תגובה וואס האט גענומען צייט געדולד און כוח אפצשרייבן זאל עס נעלם ווערן פונעם האריזאנט ווי כאילו עס איז קיינמאל געשריבן געווארן.
די מציאות איז אז עס זענען איינגעשריבן א היפשע צאל חבירים דא (טו בי עקזעקט... 165 אין טאטל) וואס רוב דערפין געדענקען ניטטאמאל אז עס איז דא אזא סייט ווי און אז זיי האבן זיך דא איינגעשריבן, טייל קומען אריין דא מזמן לזמן טשעקן אויב זייער ניק ארבייט נאך... אבל דא עקא אז גאר גאר א קליינע מספר חבירים קומען אריין אפט צו שרייבן זאכליכע תגובות.
שטעל זיך אלזא די פראגע "האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?"
#מעיק קרעטשמע גרעיט אגעין
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
א פערטע מעגליכקייט וואס וועט האבן כאטשיג איין שטימע: עס שטערט מיך און איך טו אלעס וואס איך קען איר צו מיאוס מאכן
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
אזא איד האט נישט קיין רשות כתיבה אין די אשכול און אין דער קרעטשמע בכלל...
עפעס א פראגע
עס זאל קנאקען און אנגיין ביתר שאת ועוז.
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
אפגעגעבן מיין שטימע
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
ס'איז גאנץ קאמיש אז זיבן ניקס האבן געשטימט אז זיי "טוען וואס זיי קענען עס זאל אנגיין" בעת וואס עס זענען נישט דא קיין 7 ניקס וואס זענען עכט אקטיוו... [א תגובה א וואך, איז 'ווייניגער' ווי 'נישט אקטיוו...']
אפשר פלאנען זיי צו זיין
פטרוני הקרעטשמע? קען זיין...
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
אין די גאנצע וואך זאט דו האסט ארויסגעלייגט דיין poll, האבן גאנצעטע 9 מענטשן געענטפערט דעראויף.
#דער_קרעטשמע_דארף_א_סיריאס_בוּסט!
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
BeeTee האט געשריבן:אין די גאנצע וואך זאט דו האסט ארויסגעלייגט דיין poll, האבן גאנצעטע 9 מענטשן געענטפערט דעראויף.
#דער_קרעטשמע_דארף_א_סיריאס_בוּסט!
אריינגעקומען לכבודך
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
סא, בארדיטשעווער האט געשטימט "ניין, כ'בין דא פשוט ווייל עס עקזעסטירט"
גוט צו וויסן...
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
פארוואס זע איך נישט די אנקעטע אויף טעפאטאק?
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
BeeTee האט געשריבן:אין די גאנצע וואך זאט דו האסט ארויסגעלייגט דיין poll, האבן גאנצעטע 9 מענטשן געענטפערט דעראויף.
#דער_קרעטשמע_דארף_א_סיריאס_בוּסט!
ס'האלט שוין ביי 11... יעי!
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
ביי 13
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
14...

וואס איז די שאלה אפי'
זיכער אז יא!!
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
מ'האט געגעבן אזא שפאר צו, און מיך געלאזט אינעווייניג איינגעשפארט.
כ'האב נישט קיין טענות פארן צושפארן, אבער אלץ עצה טובה, די קומענדיגע מאל דו שפארסט צו מאך זיכער אז קיינער איז נישט געבליבן אינעווייניג...
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
וואס האלטסטו?!?..
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
איך האלט א סעמסאנג געלעקסי.
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
זאכליך האט געשריבן:מ'האט געגעבן אזא שפאר צו, און מיך געלאזט אינעווייניג איינגעשפארט.
כ'האב נישט קיין טענות פארן צושפארן, אבער אלץ עצה טובה, די קומענדיגע מאל דו שפארסט צו מאך זיכער אז קיינער איז נישט געבליבן אינעווייניג...
די עיר קאנדישאן האט כאטש געארבייט?
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
ניין, כ'האב גענוצט מיין אייגענע...
Re: האט איר א אינטערעסע אז "דער קרעטשמע" זאל אנגיין?
ממש א שאד אבער איך בין ערשט אריינגעקומען נעכטען אין גארנישט מיטגעהאלטן אז מען האט גענומען וויקעישען אין ביי די וועי מען האלט שוין ביי 15