קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » אויף וועמענ'ס בערדל?!

אויף וועמענ'ס בערדל?!

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #659

האסטו געהערט אזאנס? » דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:37 pm

· #9547
אויף וועמענ'ס בערדל?!
א שרעקליכע זאך האט פאסירט די וואך, ווען דער בלאט האט אויף איר פאדערשטע זייט ארויסגעשטעלט די נעמען פון ניין אידן, טייל פון זיי מנהיגים און טייל סתם אומשולדיגע מענטשן, מ'זאל זיי טעראריזירן און שאנטאזשירן, "אזויווי מ'טוט מיט פרעזידענט טראמפ"...

איך וויל פארשטיין, צום כינוס ביסטו נישט געגאנגען ווייל זיי האבן דיר געבעטן צו פארלענגערן די טערמין, און ווען דו זעסט אז מ'גיט זיך אן עצה אן דיר... אנשטאט איינצופאקן... לייגסטו זיך מער אריין אין פעקל? מה הפשט?!

איינער וויל געבן צו פארשטיין וואס איז זייער מהלך; אויב ס'איז בכלל דא אזאנ'ס?!

שעפעלע » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:14 pm

· #9548
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
קום אררין קלאר אויף וועלעכע עוולה ?

האסטו געהערט אזאנס? » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:19 pm

· #9549
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
שעפעלע האט געשריבן:קום אררין קלאר אויף וועלעכע עוולה ?


איך פארשטיי נישט דיין פראגע.

נייעס » דאנערשטאג יוני 15, 2017 5:44 pm

· #9550
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
די מהלך זייערע איז ווי מער אשכולות און וועבזייטלעך זאלן רעדן אז זיי לעבן נאך
די מהלך ארבעט, ווי מען זעהט ביי טראמפ יר"ה

יאהאן » דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:28 pm

· #9551
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
שוטה רשע וגס רוח זה כל הבלאט, ואידך פירושא זיל גמור.

נייעס » דאנערשטאג יוני 15, 2017 9:30 pm

· #9552
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
שוטה?
רשע?
גס רוח?

א גיטע פאטענט פון זיי

ספאנדזש » דאנערשטאג יוני 15, 2017 9:52 pm

· #9554
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
נייעס האט געשריבן:די מהלך זייערע איז ווי מער אשכולות און וועבזייטלעך זאלן רעדן אז זיי לעבן נאך
די מהלך ארבעט, ווי מען זעהט ביי טראמפ יר"ה

טראמפ ירום קרנו האט פארדינט פון פובליסיטי, ער איז געווארן פרעזידענט. דער רעדאקטאר פון דער בלאט איז אבער א איד, וואס פארדינט ער דערפון??

יאהאן » פרייטאג יוני 16, 2017 6:55 pm

· #9555
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
נייעס האט געשריבן:שוטה? אין לך שטות גדול מזה!
רשע? ע"פ רשי בפרשתינו "ורשעים הללו ראו ולא לכחו מוסר, ועוד, איינער וואס מאכט לצנות פון תלמידי חכמים קען שטאלצירן מיט אזא טיטל.
גס רוח? צום כינוס נישט געגאנגען וועגן דעם 'מי בראש' גרויל, אפציעל געזאגט אז דאס איז נישט 'די וועג', אבער "דאס", אט דאס איז טאקע די וועג שהורו לנו רבותינו, יעעע, שור, זיכער, וודאי.

א גיטע פאטענט פון זיי. צו עררייכן וועלעכע ציל?

יא יא » מאנטאג יוני 19, 2017 12:51 pm

· #9560
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
מיין מיינונג : יעדער האט די פריוויליגיע צו קריגן אבער ביטע נישט שרייבן אויף מיר שוטה רשע וגס רוח ווייל איך נעם עס פרעזענליך............

די איידיע פאר זיך איז גאנץ א גוטע

די שטילקייט וואס דארט ביי די קרייזן הערשט פארלאנגט א פאדערונג פון כלל ישראל

און יא יעדער יחיד מעג אנרופן און שרייבן און פרעגן און שרייען אייכם ווי זענט איר וואס איז די שווייגעניש

דער אופן ווי זוי דער בלאט האט דאס אנאנסירט איז געווען קינדעריש אבער דער געדאנק איז א גוטע

יאהאן » מאנטאג יוני 19, 2017 2:45 pm

· #9561
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
א זאך וואס איז נישט געבעקט מיט א דעת תורה איז שוין א בעד איידיע.

מיין מיינונג » מאנטאג יוני 19, 2017 10:36 pm

· #9562
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
די בריוו צו די ראשי ישיבות האבן געדארפט צו דינען אלס וועקער זייגער פאר זייער ציבור?

האסטו געהערט אזאנס? » דינסטאג יוני 20, 2017 9:43 am

· #9563
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
עפעס הער איך אז די מהר"א חברה ווילן עפענען א נייע צייטונג? איינער קען באשטעטיגן אדער אפווענדן?

ספאנדזש » דינסטאג יוני 20, 2017 10:51 am

· #9564
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
שמועות אז דער בלאט האט ארויסגעווארפן זייער רעדאקטאר שמואל ווידער

יא יא » דינסטאג יוני 20, 2017 1:29 pm

· #9565
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
יאהאן האט געשריבן:א זאך וואס איז נישט געבעקט מיט א דעת תורה איז שוין א בעד איידיע.


א וודאי פעילט זיך אויס דעת תורה אזוי ווי יעדע זאך אבער דא רעד איך פון די עצם איידיע (לאמיר זאגן ס'האט דעת תורה) איז עס גאנץ א פיינע זאך

נייעס » דינסטאג יוני 20, 2017 6:14 pm

· #9566
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
יא יא האט געשריבן:מיין מיינונג : יעדער האט די פריוויליגיע צו קריגן אבער ביטע נישט שרייבן אויף מיר שוטה רשע וגס רוח ווייל איך נעם עס פרעזענליך............

די איידיע פאר זיך איז גאנץ א גוטע

די שטילקייט וואס דארט ביי די קרייזן הערשט פארלאנגט א פאדערונג פון כלל ישראל

און יא יעדער יחיד מעג אנרופן און שרייבן און פרעגן און שרייען אייכם ווי זענט איר וואס איז די שווייגעניש

דער אופן ווי זוי דער בלאט האט דאס אנאנסירט איז געווען קינדעריש אבער דער געדאנק איז א גוטע


גערעכט!
אויב קומט ביי יענע ציבור נישט קיין אויפוואכונג נאר אזוי, זאל מען אנגיין מיט דעם
דע פראבלעם איז אז די הנהגה רוחנית פינעם בלאט, וואט ליבערשט געשיקט בריוו צו הרב ש. אויערבאך
זיי גלייכען שטארק הרב א. ל. שטיינמאן
פארשטיי איך נאר נישט וואס דער רעדאקטאר האט געקלערט ?

האסטו געהערט אזאנס? » דינסטאג יוני 20, 2017 9:19 pm

· #9567
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
זיי האבן די וואך אויפגענומען א נייער רעדאקטאר, דער געוועזענער איז געעעעפלויגן!

יא יא » מיטוואך יוני 21, 2017 12:03 pm

· #9568
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
נייעס האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:מיין מיינונג : יעדער האט די פריוויליגיע צו קריגן אבער ביטע נישט שרייבן אויף מיר שוטה רשע וגס רוח ווייל איך נעם עס פרעזענליך............

די איידיע פאר זיך איז גאנץ א גוטע

די שטילקייט וואס דארט ביי די קרייזן הערשט פארלאנגט א פאדערונג פון כלל ישראל

און יא יעדער יחיד מעג אנרופן און שרייבן און פרעגן און שרייען אייכם ווי זענט איר וואס איז די שווייגעניש

דער אופן ווי זוי דער בלאט האט דאס אנאנסירט איז געווען קינדעריש אבער דער געדאנק איז א גוטע


גערעכט!
אויב קומט ביי יענע ציבור נישט קיין אויפוואכונג נאר אזוי, זאל מען אנגיין מיט דעם
דע פראבלעם איז אז די הנהגה רוחנית פינעם בלאט, וואט ליבערשט געשיקט בריוו צו הרב ש. אויערבאך
זיי גלייכען שטארק הרב א. ל. שטיינמאן
פארשטיי איך נאר נישט וואס דער רעדאקטאר האט געקלערט ?


פון ווי נעמסטו דעס אז זיי גלייכן שטיינמאן ?

נייעס » מיטוואך יוני 21, 2017 4:54 pm

· #9569
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
עס איז נישט קיין סוד.

יא יא » דאנערשטאג יוני 22, 2017 2:07 pm

· #9570
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
נישט קיין סוד נאר א פשוטע שקר

א סעמפל פון לא תלך רכיל בעמך

שעמאניו

קנאי » דינסטאג יולי 25, 2017 1:47 pm

· #9609
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
קודם כל שמואל ווידער איז קיינמאל נישט געפלויקען דאס האב איך געהערט פון א קרוב המשפחה פון אים אבער סתם אזוי צו פרעגעו קשיות אויף די בלאט איז ווי צו פרעגען אויף זייער רבי אליין אין אפשר וועט טעללער אדער פריעדמאן וואס קומט ארויף אויף קול סאטמאר ביי די תקופה'ס וואס מען דארף ברעינוואשען דעם עולם ענטפערן !!

קנאי » דינסטאג יולי 25, 2017 1:51 pm

· #9610
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
ווי אויך האב איך געהערט שמועות אז די רב פון לאנדאן ביי קהילת מהר'א ר' וואזנער גייט רעזיגנירן אין ער מופט אויף ארץ ישראל ארויסהעלפען זיין טאטען אויב איינער ווייסט עפעס מער ווי אויך ווער עס נעמט אים איבער

האסטו געהערט אזאנס? » דינסטאג יולי 25, 2017 6:09 pm

· #9615
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
קנאי ביסט אן איינזייטיגער ניק מיט אגענדעס.

נייעס » דינסטאג יולי 25, 2017 6:21 pm

· #9616
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
יעדער ניק האט 1 זייט און אגענדעס
איינער זאגט עס הויעך, דער צווייטער איז עס מבליע.

קנאי » מיטוואך יולי 26, 2017 11:19 am

· #9630
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
עס איז א פראבלעם צו זיין איינזאטיג ? מען דארף דאך הערן פון אלע צדדים ניין ?

האסטו געהערט אזאנס? » מיטוואך יולי 26, 2017 11:43 am

· #9635
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
נישט געזאגט ס'איז א פרעבלעם, געמיינט צו זאגן אז ס'איז זייער דורכזיכטיג...

קנאי » מיטוואך יולי 26, 2017 3:51 pm

· #9655
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
יישר כח פאר דיין פידבעק

סקריקין » זונטאג יולי 30, 2017 11:02 am

· #9781
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
קנאי האט געשריבן:ווי אויך האב איך געהערט שמועות אז די רב פון לאנדאן ביי קהילת מהר'א ר' וואזנער גייט רעזיגנירן אין ער מופט אויף ארץ ישראל ארויסהעלפען זיין טאטען אויב איינער ווייסט עפעס מער ווי אויך ווער עס נעמט אים איבער

געווען בילדער די וואך ווי מען נעמט אים אויף פאר ר"י אין ישיבת חכמי לובלין לכאו' מיינט עס אז ער בלייבט אין א"י

קנאי » זונטאג יולי 30, 2017 11:15 am

· #9783
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
אויב אזוי ווער נעמט אים איבער

סקריקין » מאנטאג יולי 31, 2017 6:34 am

· #9829
Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!
ווען מען האט אויפגענומען אן ראש הקהל האט עס אויך גענומען צייט נאר מיט א רואיגקייט וועט מען אי"ה מצליח זיין.