קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » ברוך דיין האמת

ברוך דיין האמת

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #70
בלאט: 1 2 3

יא יא » מיטוואך יוני 15, 2016 1:57 pm

· #6837
Re: ברוך דיין האמת
געשטארבען ? תחית המתים איז געווען

איינער שלומיאל איז אויפגעשטאנען

שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 2:29 pm

· #6840
Re: ברוך דיין האמת
מ'מעג לאכן דא?
:lol:

נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 10:01 am

· #7032
Re: ברוך דיין האמת
די אידישע פרוי גאלדא מיכלזאהן ע"ה פון מאסעטשוסעטס, וועלכע האט געטראגן דעם טיטל אלס עלטסטע פערזאן אין אמעריקע, איז געשטארבן פרייטאג. זי איז געבוירן ה' אב תרס"ב אין עליזאבעטגראד, רוסלאנד (היינט אין אוקריינע) און איר פאמיליע איז אנטלאפן קיין אמעריקע צוליב פּאגראמען קעגן אידן. זי איז געשטארבן אין עלטער פון 113 יאר אלט, שטייענדיג בלויז איין מאנאט און דריי טעג בעפאר איר 114'סטע אידישע געבורטסטאג.

ק"ה

טהור עיניים » זונטאג יולי 10, 2016 2:17 pm

· #7034
Re: ברוך דיין האמת
ברוך דיין האמת.

נישט זוכה געווען צו קענען די פרוי. עס איז געווען אן אנדערע פרוי, גאלדי שטיינבערג, וועלכע איז נישט לאנג צוריק אוועק פון די וועלט, זי איז געווען 114 יאר אלט, איר האב איך יא זוכה געווען צו קענען.

זאל דער אויבערשטער געבן אריכות ימים פאר אלע אידישע קינדער

נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 3:11 pm

· #7035
Re: ברוך דיין האמת
א חרדישע פרוי?
ווי האט זי געוואוינט

יאהאן » זונטאג יולי 10, 2016 11:21 pm

· #7049
Re: ברוך דיין האמת
בד"ה הבחור הערשל שניצער (63)

ער האט נישט אויפגעהויבן די טעלעפאון פרייטאג. שבת האט ער זיך נישט באוויזן אין בהמ"ד. איז מען געגאנגען צו אים אהיים ווי מען האט אין געפינען נישט ביים לעבן. ווי עס האט אויסגעזען איז ער נפטר געווארן דאנערשטאג ווייל אין שטוב איז נישט געווען קיין זכר פון אנגרייטן דעם שבת.

(ק"פ)

מיין מיינונג » מאנטאג יולי 11, 2016 8:50 pm

· #7071
Re: ברוך דיין האמת
בד"ה
איז ער פון די דזשולערי ריפעיר אויף ראס סט.?

שלומיאל » מיטוואך יולי 20, 2016 11:32 am

· #7292
Re: ברוך דיין האמת
נייעס האט געשריבן:די אידישע פרוי גאלדא מיכלזאהן ע"ה פון מאסעטשוסעטס, וועלכע האט געטראגן דעם טיטל אלס עלטסטע פערזאן אין אמעריקע, איז געשטארבן פרייטאג. זי איז געבוירן ה' אב תרס"ב אין עליזאבעטגראד, רוסלאנד (היינט אין אוקריינע) און איר פאמיליע איז אנטלאפן קיין אמעריקע צוליב פּאגראמען קעגן אידן. זי איז געשטארבן אין עלטער פון 113 יאר אלט, שטייענדיג בלויז איין מאנאט און דריי טעג בעפאר איר 114'סטע אידישע געבורטסטאג.

ק"ה

טהור עיניים האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

נישט זוכה געווען צו קענען די פרוי. עס איז געווען אן אנדערע פרוי, גאלדי שטיינבערג, וועלכע איז נישט לאנג צוריק אוועק פון די וועלט, זי איז געווען 114 יאר אלט, איר האב איך יא זוכה געווען צו קענען.

זאל דער אויבערשטער געבן אריכות ימים פאר אלע אידישע קינדער

זעהט אויס אז די נאמען גאלדא איז מסוגל לאריכות ימים

יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 3:01 pm

· #7765
Re: ברוך דיין האמת
בני ברק – היינט איז נפטר געווארן אין איכילוב שפיטאל כ"ק אדמו"ר מאשלג [אבן עזרא] רבי יחזקאל יוסף אשלג זצ"ל. דער רבי איז געווען באקאנט אלס תלמיד חכם מופלג און א שטארקער בעל מקובל וועלכער האט ממשיך געווען די וועג פון זיין גרויסן זיידן דער בעל הסולם זצוק"ל, און פילע פון די טויזנעטער לומדי קבלה על פי שיטת אשלג זענען געווען מקושר צום רבי'ן און טרויערן אויף זיין פטירה. דער רבי האט אויך ארויסגעגעבן פילע ספרים אין תורה הקבלה ווי ער האט ערקלערט און פארברייטערט די ווערטער פון זיין גרויסן זיידן זצוק"ל, דער רבי איז נפטר געווארן אין עלטער פון 80 יאר נאכ'ן זיין נישט געזונט פאר א לענגערע צייט און האט איבערגעלאזט א פארצווייגטע פאמיליע וואס זיצן שבעה, אריינגערעכנט זיינע צוויי ברודער האדמור"ים לבית אשלג.

יאהאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:28 pm

· #7794
הגאון רבי ארי' פינקל זצ"ל
מודיעין-עילית - בד״ה: הגאון רבי ארי׳ פינקל זצ״ל ראש ישיבת מיר-בראכפעלד איז נפטר געווארן נעכטן נאכט אין זיין היים אין מודיעין-עילית, אין טיפן עלטער פון 85 יאר. ער איז געבוירן אין יאר תרצ"א צו זיין גרויסן טאטן הגאון רבי חיים זאב פינקל זצ"ל מנהל רוחני פון ישיבת מיר, און אלס בחור האט ער געלערנט ביי זיין טאטן אין ישיבה. ער האט שפעטער אוועקגעשטעלט ישיבת מיר אין מודיעין עילית און איז געווארן א חבר אינעם מועצת גדולי התורה פון די דגל התורה פארטיי. אין די לעצטערע מאנאטן איז ער קראנק געווארן מיט א מחלה אין די האלדז, און האט אויסגעהויכט די נשמה נעכטן נאכט. ער האט איבערגעלאזט אומצאליגע תלמידים איבער דער גארער וועלט.

טהור עיניים » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:40 pm

· #7801
Re: ברוך דיין האמת
איז דאס דער ראש ישיבה איבער וועמען עס איז געווען געשריבן עטליכע יאר צוריק אז ער האט געהאט עי על עס און האט זיך ארויסגעדרייט דערפון?

א שטילע איד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:38 pm

· #7802
Re: ברוך דיין האמת
ניין דאס איז גיווען זיין קרזין הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל זצ"ל ראש ישיבת מיר.

טהור עיניים » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:02 am

· #7803
Re: ברוך דיין האמת
ניין, ר' אליעזר יהודא האט געהאט פארקינסאנס. עס איז געווען אן אנדערער מיר'ער ראש ישיבה וועלכער, עס האט געהייסן, אז ער האט געהאט עי על עס, אבער די נייע רפואה וואס ר' חיים יעקב לעבאוויטש'ס קאמפאני האט אויסגעטראפן האט אים אויסגעהיילט דערפון. עס איז געווען אין די נייעס עטליכע יאר צוריק.

דערפאר פרעג איך צו דאס איז דער צו נישט. אויב יא, איז דא איינער וועלכער האט מער אינפארמאציע איבער דעם, צו האט ער עס טאקע געהאט, האט ער זיך טאקע געהאט ארויסגעדרייט דאן?

יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:29 pm

· #8023
Re: ברוך דיין האמת
יהדות מאנסי באוויינט ר' שלמה היל בארימטער אקטיאר און חשובער בעל תשובה

ווייניג מענטשן האבן זוכה געווען צו מאכן אזא קידוש השם ווי רבי שלמה היל, איינער פון די בארימטע און באליבטע אקטיארן אויף די אמעריקאנער טעלוויזיע, און פון די פיאנירן אין די אינדוסטרי, וועלכע האט איבערגעלאזט כבוד און געלט און מקדיש געווען זיין לעבן צו תורה און אידישקייט. רבי שלמה איז אין זיינע יונגע יארן געווען באקאנט אלס סטיווען היל, א וועלט בארימטער אקטיאר מיט שטארקע טאלאנט. און ער האט מקריב געווען אן א שיעור גוטע פאזיציעס צוליב שמירת שבת ומצוות. ער האט זיך באראטן מיט גדולי ישראל אויף טריט און שריט און האט דורכאויס זיין קאריערע אלס אקטיאר פילע מאל מקדש שם שמים געווען, און האט געוויזן פאר די גאס די שיינקייט פון שמירת תורה ומצוות. אינטרעסאנט צו איבערגעבן די עפיזאד וויאזוי ער איז געווארן נענטער צו אידישקייט, ווי ער האט פארציילט פאר די "ניו יארק טיימס" איז דאס געווען ווען אינמיטן א שפיל האט דער אנדערער אקטיאר געשריגן אויף אים "דו, איד!" אלס חלק פון די שפיל, אבער די רוף האט אויפגעוועקט זיין נשמה, און ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי ווער ער איז געווארן נאנט מיט חצר סקווירא און מקדיש געווען זיין לעבן צו תורה און חסידות, רבי שלמה איז נפטר געווארן אין עלטער פון 94 יאר און איבערגעלאזט א הערליכע דור פון יראים ושלמים.

טהור עיניים » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:03 am

· #8026
Re: ברוך דיין האמת
WOW, נישט געוואוסט ער איז אוועק. איך האב אים פיל מאל געזעהן אין מאנסי און געהאט דעם געלגענהייט זיך צו באקענען מיט דעם איד.

אזוי ווי דו זאגסט, אן אמת'ער טייערער איד וועלכער האט אסאך אוועק געגעבן פאר תורה און מצוות און געמאכט א געוואלדיגער קידוש ה'.

וואס איז זייער אינטערעסאנט איבער אים איז, אז אין זיין פרומער לעבן האט ער געלעבט אזוי שטיל און באשיידן אז אידן וועלכע פלעגן אים זעהן אין שול יעדן טאג האבן נישט געוואוסט ווער ער איז, נישט וויאזוי ער הייסט און נישט וואס פאר א מקום ער פארנעמט אין דעם גוי'אישן וועלט. זיין איידלקייט, באשיידנקייט און הצנע לכת זענען געווען זאכן פון וועלכע יעדער פון אונז דארף זיך אפלערנען.

יהא זכרו ברוך.

איבערלעבער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:44 am

· #8150
Re: ברוך דיין האמת
טהור עיניים האט געשריבן:ניין, ר' אליעזר יהודא האט געהאט פארקינסאנס. עס איז געווען אן אנדערער מיר'ער ראש ישיבה וועלכער, עס האט געהייסן, אז ער האט געהאט עי על עס, אבער די נייע רפואה וואס ר' חיים יעקב לעבאוויטש'ס קאמפאני האט אויסגעטראפן האט אים אויסגעהיילט דערפון. עס איז געווען אין די נייעס עטליכע יאר צוריק.

דערפאר פרעג איך צו דאס איז דער צו נישט. אויב יא, איז דא איינער וועלכער האט מער אינפארמאציע איבער דעם, צו האט ער עס טאקע געהאט, האט ער זיך טאקע געהאט ארויסגעדרייט דאן?

איר רעדט פון הג״ר רפאל שמולביץ זצ״ל.

ער האט עס טאקע געהאט, און ליידער זיך נישט ארויסגעדרייט דערפון.

שלומיאל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:26 pm

· #8154
Re: ברוך דיין האמת
אין קרית יואל איז אוועק הרה"ח ר' פייוול ווייס ע"ה
אין עלטער פון 74 יאר

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

שלומיאל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:27 pm

· #8155
Re: ברוך דיין האמת
בד"ה

א קליין 2 יעריג קינד גוטמאן
אייניקל פון ר' שלום אליעזר פרענקל
איז אוועק פארלאפענעם נאכט נאך א קורצע קראנקהייט

יאהאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:22 pm

· #8158
Re: ברוך דיין האמת
אוי! רבונא דעלמא כולא! ברוך דיין האמת!
וואספארא קראנקייט? יענע...?

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 8:48 am

· #8164
Re: ברוך דיין האמת
ר' פייוול האט נעבעך געהאט יענע מעשה ה"י

און דאס קליין קינד האט נעבעך געהאט מאנעזשיירעס ה"י

נייעס » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:16 pm

· #8167
Re: ברוך דיין האמת
שלומיאל האט געשריבן:אין קרית יואל איז אוועק הרה"ח ר' פייוול ווייס ע"ה
אין עלטער פון 74 יאר
שנשמע ונתבשר בשורות טובות


אוי וויי נעבעך בד"ה

ווי קען זיין 74
אינמיטן קריג האט מען געקענט ערצויגען ווערן אזוי יונג?

שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:36 am

· #8183
Re: ברוך דיין האמת
ס'איז טאקע נישט דא צופיל פון די עידזש
אבער באמת מיין איך אז ער איז געבוירן אין ארץ ישראל.

בולעטין » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:21 pm

· #8188
Re: ברוך דיין האמת
שלומיאל האט געשריבן:ס'איז טאקע נישט דא צופיל פון די עידזש
אבער באמת מיין איך אז ער איז געבוירן אין ארץ ישראל.


אין ארץ ישראל איז יא דא אסאך פין די יארגאנג ?

שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:36 pm

· #8189
Re: ברוך דיין האמת
אזוי מיינעך

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:33 pm

· #8298
Re: ברוך דיין האמת
ברוך דיין האמת! מיט טיפע צער און ווייטאג נעמט די יהדות החרדית בוויליאמסבורג אויף די ביטערע בשורה אז דער אלעמען באליבטע לאנג יאריגע באס דרייווער פון די סאטמארע מוסדות און געטרייע שומרים מעמבער הרה"ח יוסף הערש פאלאק ע"ה הנקרא בלשון חיבה "יאסי פאלאק" שבק לן חיים נאכן זיך מוטשען לאנגע יארן מיט יסורים.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 10:23 am

· #8299
Re: ברוך דיין האמת
בד"ה

ער איז אוועק אין טאג פון זיין ברודער'ס יארצייט וואס האט אגב אויך געליטן פון די זעלבע מחלה ווי אים ל"ע

יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:21 pm

· #8300
Re: ברוך דיין האמת
אויף וועלעכע מחלה האט ער געליטן?

יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:26 pm

· #8301
Re: ברוך דיין האמת
יאהאן האט געשריבן:ברוך דיין האמת! מיט טיפע צער און ווייטאג נעמט די יהדות החרדית בוויליאמסבורג אויף די ביטערע בשורה אז דער אלעמען באליבטע לאנג יאריגע באס דרייווער פון די סאטמארע מוסדות און געטרייע שומרים מעמבער הרה"ח יוסף הערש פאלאק ע"ה הנקרא בלשון חיבה "יאסי פאלאק" שבק לן חיים נאכן זיך מוטשען לאנגע יארן מיט יסורים.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בילד

שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 2:43 pm

· #8302
Re: ברוך דיין האמת
יאהאן האט געשריבן:אויף וועלעכע מחלה האט ער געליטן?

עפעס מיט די לונגען

יא יא » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:22 pm

· #8612
Re: ברוך דיין האמת
היינט איז אוועק גאר א טייערע חסידישע איד מיטן ארגינעלן חסידישן חן א איד וואס האט געאטעמט אמונה בד' אמונת צדיקים געווען א סעמפל פון מקיים זיין תמים תהי' עם ד' אלוקיך ופירושו

הרה"ח ר' בנימין הערש בערקאוויטש ע"ה לאניעריגע מנהל אין בית רחל ד'סאטמאר

נאך א אמתע לייב פאר רביה"ק הדברי יואל זי"ע וואס האט נישט די זכי' צו ליגן במחיצתו אלס פארן נעמען א חלק אין צוברעכן זיין קהלה חבל

יאהאן » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:32 pm

· #8613
Re: ברוך דיין האמת
ברוך דיין האמת! א אמתער וואוילע איד געווען

אמת'ר פאפא רבי » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 5:48 pm

· #8705
Re: ברוך דיין האמת
טאקע א פיינע איד געוועהן. בד"ה

אמת'ר פאפא רבי » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:11 pm

· #8714
Re: ברוך דיין האמת
דער לאנג יאהריגער גוט הארץ און הצלה פאראמעדיק ר' בייניש מאנדעל ע"ה F-35

יאהאן » זונטאג יאנואר 22, 2017 12:35 pm

· #8815
Re: ברוך דיין האמת
ווייסט איינער עפעס וועגן א אינגערמאן וואס איז געטראפן געווארן פאטאל דערשאסן אין מאנסי דעם ערב שב"ק?

בולעטין » זונטאג יאנואר 22, 2017 1:00 pm

· #8820
Re: ברוך דיין האמת
ניין
ווער האט געשאסן וועם

בולעטין » זונטאג יאנואר 22, 2017 1:37 pm

· #8826
Re: ברוך דיין האמת
די בעלזא רבי זיצט שבעה נאך זיין מוטער ע"ה

די ראש הממשלה קומט טרייסטן די בעלזא רב
בעלזא.jpg
בעלזא.jpg (170.21 KiB) געזעהן געווארן 1475 מאל

יאהאן » מאנטאג יאנואר 23, 2017 8:45 pm

· #8843
Re: ברוך דיין האמת
רח"ל! א עקל און א גרויל! עד היכן הגענו???

שעפעלע » מאנטאג יאנואר 23, 2017 10:27 pm

· #8844
Re: ברוך דיין האמת
יאהאן מיט רחמנות סאיז גארנישט געשעהן !

וואס איז דאס אנדערש ווי דא אין אמעריקא ווען א מעיאר קומט באזוכן א רבי ?

יאהאן » מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:24 pm

· #8845
Re: ברוך דיין האמת
אויף אזא קשיא האב איך מיר נישט געראכטן!!! זיצט א משומד וואס האט מיט אידישקייט נאר דאס אז ער וויל עס אויסרייסן.. און קומט באזוכן א אדמו"ר וואס טראגט א נאמען וואס האט אינדערהיים געטראגן די פאן פון לוחמי מלחמות ה' און זענען ארויס מיטן שארפסטן אקעגן סיי וואספאר א פירצה בחומת היהדות וקדושה, און אזא רבי נעמט אויף מיט ליבשאפש אזא פארדארבענע שונה הדת! שומי שמים על זאת!

וועלן מיר נישט ממשיך זיין מיט די שמועס משום טעם הידוע

מיין מיינונג » דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:16 pm

· #8848
Re: ברוך דיין האמת
אזויווי יאהאן זאגט, די פארום איז נישט דאס ריכטיגע פאר די שמועס.
איך האף אז איך וועל באלד מצליח זיין ארויפצולייגן א רעקארדירונג פון קול סאטמאר וואס רעדט וועגן די באזוך, און נאכמער וועגן די דיבורים וואס זענען געזאגט געווארן דארט. (אין פאליטיק פארום)

נייעס » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:11 am

· #8855
Re: ברוך דיין האמת
א שרעק וואס זיי האבן גערעדט דארט
בעלזע מעריצים זאגן אז די רב האט לכתחילה נישט געוואלט די וויזיט

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:23 pm

· #8865
Re: ברוך דיין האמת
לכתחילה נישט געוואלט די וויזיט... נישטא ווער ס'זאל לאכן...

מיין מיינונג » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:47 am

· #8904
Re: ברוך דיין האמת
מיין מיינונג האט געשריבן:איך האף אז איך וועל באלד מצליח זיין ארויפצולייגן א רעקארדירונג פון קול סאטמאר וואס רעדט וועגן די באזוך, און נאכמער וועגן די דיבורים וואס זענען געזאגט געווארן דארט.

נישט אז יעדער איז אינטערעסירט צו הערן דעם ראבאטישן טאן פון דעם אינגערמאן וואס ליינט פאר דאס פארגעשריבן צעטעלע מיט הויכגעשפריצטע השקפה הטהורה, אבער עס האט א אינטערעסאנטקייט אין זיך. ערשטע מעלדונג מאנטאג וארא, המשך דאנערשטאג וארא

יא יא » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:45 pm

· #8907
Re: ברוך דיין האמת
נייעס האט געשריבן:א שרעק וואס זיי האבן גערעדט דארט
בעלזע מעריצים זאגן אז די רב האט לכתחילה נישט געוואלט די וויזיט


אויפ'ן רב'ס צורה זעיט נישט אויס אז ער האט נישט געוואלט דעם וויזיט.......

מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 07, 2017 1:40 pm

· #9119
Re: ברוך דיין האמת
בולעטין האט געשריבן:די בעלזא רבי זיצט שבעה נאך זיין מוטער ע"ה

די ראש הממשלה קומט טרייסטן די בעלזא רב

image.jpg
image.jpg (162.27 KiB) געזעהן געווארן 1043 מאל

יהודי » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 1:43 am

· #9123
Re: ברוך דיין האמת
עפעס א בריוו פון ר משה גרין קעגן די קול קורא?

מיין מיינונג » זונטאג מאי 28, 2017 1:03 pm

· #9461
Re: ברוך דיין האמת
דער פארגאנגענער שבת איז נפטר געווארן דער באקאנטער פוסק הגאון ר׳ פישל הערשקאוויטש ז״ל, דומ״ץ צאנז-קלויזנבורג וויליאמסבורג, אין עלטער פון 94 יאר.
די לוי׳ קומט יעצט פאר פארנט פון קלויזנבורגע ביהמ״ד אין וויליאמסבורג.

היטל » זונטאג מאי 28, 2017 1:15 pm

· #9465
Re: ברוך דיין האמת
אוי ויי ברוך דיין האמת

קנאי » מיטוואך יולי 26, 2017 11:36 am

· #9632
Re: ברוך דיין האמת
היינט איז נפטר געווארען די ווייב פון "חידושי ר' ארי' לייב" וואס זיינע ספרים זענען ברייט באקאנט אין די ישיבה'שע וועלט, דארף שוין לפי החשבון צו זיין גאר אן אלטען פרוי די לוי' איז געווען היינט אין א"י איך מיין ביי ישיבת מיר

סקריקין » דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:36 pm

· #9687
Re: ברוך דיין האמת
פארוואס ביי ישיבת מיר?
בלאט: 1 2 3